דײַטשישע רעגירונג אָנערקענט אַלזשירישע ייִדן ווי חורבן־געליטענע

German Government Recognizes Algerian Jews as Holocaust Survivors

תּלמידות אין אַ ייִדישער שול אין אַלזשיר
United States Holocaust Memorial Museum
תּלמידות אין אַ ייִדישער שול אין אַלזשיר

פֿון ייִט״אַ

Published February 08, 2018.

כּמעט 80 יאָר נאָך דעם וואָס זיי זענען גערודפֿט געוואָרן דורכן פֿראַנצייזישן ווישי־רעזשים, וואָס איז געווען אַליִיִרט מיט די דײַטשן, וועלן 25,000 אַלזשירישע ייִדן צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל אָנערקענט ווערן ווי חורבן־געליטענע דורך דער „קאָנפֿערענץ פֿון תּבֿיעות קעגן דײַטשלאַנד.‟

אין 1940 האָבן די ייִדן אין אַלזשיר פֿאַרלוירן זייער פֿראַנצייזישע בירגערשאַפֿט. אַנטיסעמיטישע געזעצן האָבן פֿאַרווערט, אַז ייִדן זאָלן אַרבעטן ווי דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, לערער אָדער רעגירונג־באַאַמטע. מע האָט זייערע קינדער אַרויסגעוואָרפֿן פֿון די פֿראַנצייזישע שולן.

די ייִדן קענען באַקומען אַן איינמאָליקע באַצאָלונג און חנחה־קאַרטלעך פֿאַר ביליק עסן און ספּעציעלע באַדינונגען. אָנהייבנדיק אין יולי וועט יעדער חורבן־געליטענער באַקומען $2,556 אייראָס (אַרום $3,100).

גרעג שנײַדער, דער וויצע־פּרעזידנעט פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט געזאָגט דער „ייִט׳׳אַ‟, אַז וויכטיקער ווי דאָס געלט אַליין איז די אָנערקענונג פֿון דער דײַטשישער רעגירונג.

„מע האָט די מענטשן ניט דערהרגעט אָבער זיי האָבן זייער אַ סך געליטן,‟ האָט שנײַדער געזאָגט. „עס זענען ניט געווען קיין אומברענג־לאַגערן אין אַלזשיר אָבער די רדיפֿות קעגן ייִדן האָבן חרובֿ געמאַכט זייער קינדהייט. בײַ אַ סך פֿון זיי איז עס געווען די שווערסטע איבערלעבונג פֿון זייער לעבן. און מע האָט דאָס, ביז אַהער, בכלל ניט אָנערקענט.‟