פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿין ווײַזט חסידיש לעבן פֿון דער נאָענט

Polish Photographer Portrays Hasidic Life Up Close

Agnieszka Traczewska

פֿון ברכה פֿינקעלשטײן

Published February 09, 2018.

ממש אינעם קעלטסטן טאָג פֿון יאָר שטייט די פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ אין מיטן אַ פֿאַרשנייטן וואַלד, בערך אַ שעה פֿאָרן פֿון קראָקע. אָנגעטון אין וואַרעמע הויזן און אַ שוואַרצן שאַל, זעט טראַטשעווסקאַ אױס װי אַ טשיקאַווע געמיש פֿון דער אַקטריסע סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן און דעם דאָקומענטאַרן־רעזשיסאָר עראָל מאָרעס — אַ „באַרבי‟־ליאַלקע מיט אינטעלעקט, חן און דרייסטקייט. פּרוּוונדיק צו שילדערן אירע סוביעקטן אין דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה, ווי אויך אָפּצושפּיגלען איר אייגן געפֿיל פֿון אבֿדה און ווידערוווּקס — פֿאַרגעסט זי אינעם זייגער. זי נעמט עטלעכע טריט פֿאָרױס, בייגט זיך אַנידער און נעמט אַראָפּ דאָס בילד.

ביזן סוף פֿון טאָג האָט טראַטשעווסקאַ, אַ פֿאָטאָגראַפֿין און דאָקומענטאַרן־פּראָדוצירערין פֿון קראָקע, באַװיזן אַראָפּצונעמען עטלעכע רירנדיקע בילדער פֿון די שעמעװדיקע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, וואָס זענען געוויינטלעך אַזוי שווער צו פֿאָטאָגראַפֿירן ווי אַ סטאַדע לייבן אויפֿן אַפֿריקאַנער פֿלאַכלאַנד. נעמענדיק אין באַטראַכט די נטיה פֿון די חסידים זיך אָפּצוזונדערן פֿון דרויסנדיקע לײַט, איז מערווירדיק וואָס די בילדער פֿון אָט דער נישט־ייִדישער פֿאָטאָגראַפֿין שילדערט אויף אַן אינטימען אופֿן דעם ייִראת־שמים וואָס איז אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿון דער חסידישער באַוועגונג זינט איר גרינדונג אינעם 18טן יאָרהונדערט. אויך אינטערעסאַנט איז וואָס טראַטשעווסקאַ ברענגט אַ קינסטלערישן און פּסיכאָלאָגישן פֿאַרשטאַנד צו אירע חסידישע סוביעקטן וואָס מע זעט בכלל נישט בײַ אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿן — אַפֿילו בײַ מענער וואָס האָבן אַ סך מער צוטריט צו זיי.

טראַטשעווסקאַ האַלט אַז דווקא די אָפּטיילונג צווישן מענער און פֿרויען און צווישן ייִדן און גויים, צווינגט זי צו פֿאַרוואַנדלען אַ שטרויכלונג אין אַ געלעגנהייט.

אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ
Agnieszka Traczewska
אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ

„אַ מאָל איז מײַן ׳גויִיש׳ פּנים דווקא אַ מעלה,‟ זאָגט זי. „מע קען גרינג זען אַז איך בין נישט קיין חסידישע וואָס שטאַמט פֿון באָבעוו, לילוּוו, ראַדאָמסק און אַ סך אַנדערע פּלעצער וווּ מע געפֿינט די קבֿרים פֿון צדיקים. כּדי אַראָפּצונעמען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע רוק איך זיך צו צו זיי זייער פּאַמעלעך. איך קלער אַז דאָס ערגסטע וואָס קען טרעפֿן איז, אַז איינער וועט מיר אָנוואַרפֿן אַ בייזן בליק. אַז איך וואָלט געווען אַ ייִדישע, וואָלט איך דאָס בכלל נישט געקענט טון. אַזוי ווי איך בין אַ ׳גויע׳, בין איך סתּם אַ פֿרעמדע, טאָלערירט מען מיך.‟

אָט די אַזוי גערופֿענע „פּוילישע גויע מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט‟ איז אָבער אַ סך מער ווי דאָס. טראַטשעווסקאַ דערמאָנט אַ פֿאַל מיט פֿיר יאָר צוריק אין ראַדאָמסק, אַ האַלבער וועג צווישן טשענסטעכעוו און לאָדזש, ווען אַרום 50 חסידים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו גיין אויף קבֿר־אָבֿות פֿונעם ערשטן ראַדאָמסקער רבין, ר׳ שלמה הכּהן ראַבינאָוויטש.

„איך בין די איינציקע פֿרוי וואָס שטייט אין דרויסן פֿונעם אוהל,‟ האָט טראַטשעווסקאַ דערקלערט, רעדנדיק וועגן דעם דענקמאָל לכּבֿוד דעם צדיק. „איך דאַרף צוגיין פֿון טויער צום אוהל. „וואָס וועט געשען אויב איך גיי צו? וועט מען זיך צעשרײַען אויף מיר? וועט מען מיך וואָרענען אַז איך טאָר נישט זײַן דאָ?‟

פּונקט דעמאָלט האָבן די חסידים טאַקע אָנגעהויבן שרײַען צון איר — נאָר נישט מיט די ווערטער וואָס זי האָט געמיינט. „איך האָב אײַך געזאָגט אַז זי וועט קומען! וואָס פֿאַר אַ קאַווע ווילט איר טרינקען? אפֿשר ווילט איר אַ קיכל?”

„זיי האָבן, ווײַזט אויס, שוין געהערט וועגן יענער פֿרוי וואָס דרייט זיך אַרום בײַ די קבֿרים און מאַכט בילדער,‟ האָט טראַטשעווסקאַ מיר געזאָגט. „ס׳איז געווען קלאָר אַז זיי האָבן מיר געוואָלט אַרויסווײַזן פֿרײַנדלעכקייט.‟

טראַטשעווסקאַ האָט שוין אַנטוויקלט אַ סטראַטעגיע ווי צוצוקומען צו די פֿרומע ייִדן, דורכן רעספּעקטירן די אָפּטיילונג צווישן מענער און פֿרויען, און דורכן לערנען זיך די רעלעוואַנטע הלכישע ענינים. „מענער וואָס פֿאָטאָגראַפֿן זיי דאַרפֿן אַזוינע זאַכן בכלל נישט אין זינען האָבן,‟ זאָגט זי. במשך פֿון די עטלעכע יאָר וואָס זי פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָטאָגראַפֿירן די חסידים האָבן אַ סך פֿון זיי שוין געזען ווי זי האָרעוועט איבער דעם: ווי זי שטייט אין אַ טיפֿן שניי אָדער טרײַבט מיט די הענט אַוועק גרויסע פֿערדפֿליגן. לכתּחילה האָט איר עקשנות בײַם פֿאָטאָגראַפֿירן זיי אויסגעזען אַ ביסל מאָדנע אָבער איצט רעספּעקטירט מען זי דערפֿאַר. אַ צאָל פֿון זיי האַלטן, ווי זי אַליין, אַז אַ סימפּאַטישער פּאָרטרעט פֿון חסידים וואָס גייען אויף קבֿר־אָבֿות, דאַווענען און היטן שבת קען ווײַזן דער וועלט די שיינקייט און ערנסטקייט פֿון בלײַבן געטרײַ דער תּורה.

אַ פּאָליאַק (אָדער ייִד) איז נישט קיין אינדזל

טראַטשעווסקאַס התמדה איז שוין פֿון לאַנג אַ הויפּטשטריך פֿון איר פֿעיִקייט זיך צו פֿאַרבינדן מיט די חסידים וואָס זי פֿילמירט אין פּוילן, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער דאָס אַליין וואָלט נישט געווען גענוג. זי האָט אַליין פֿאַרשטאַנען אַז זי דאַרף אויסזוכן אַ פּאַסיקן אַליִיִרטן.

אַ יאָר־צוויי נאָכן אָנהייבן אַרומפֿאָרן מיט איר קאַמערע האָט זי געפֿונען אַזאַ מענטשן: דוד זינגער און זײַן פֿרוי, נעמי, אַ פּאָרפֿאָלק פֿון באָראָ־פּאַרק מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין באָבעוו, 75 מײַל דרום־מיזרח פֿון קראָקע. אין די מיטן־1990ער יאָרן האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך אונטערגענומען צו רעסטאַוורירן די בית־עולמס אין גאַליציע, אָנקניפּן באַציִּונגען מיט לאָקאַלע פּאָליטיקער, פּעדאַגאָגן, האָטעל־אייגנטימער און סתּם מענטשן וואָס גלייבן, אַזוי ווי זי, אַז ייִדן און פּאָליאַקן האָבן אַ בשותּפֿותדיקע געשיכטע און געאָגראַפֿיע. אַחוץ די בית־עולמס האָבן זיי אויך רעמאָנטירט מיקוואָות און אַפֿילו די ישיבֿת חכמי לובלין, וואָס האָט אײַנגעפֿירט דעם דף־יומי מעטאָד, דאָס לערנען זיך יעדן טאָג אַ בלאַט גמרא.

דוד האָט דערציילט ווי אַזוי זיי האָבן זיך באַקענט. „נאָכן אַרבעטן עטלעכע יאָר אויף די רעסטאַווריר־פּראָיעקטן האָב איך איין מאָל אויפֿן בית־עולם דערזען אַ פֿרוי, אַ קלאַסישע בלאָנדע שיקסע, מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, און איך האָב טאַקע געטראַכט: ‘וואָס טוט זי דאָ?’‟

„ס׳איז מיר געווען אַ גרויסער חידוש צו זען ווי אַגניעשקאַ זיצט אויפֿן גראָז, הינטער אַ קבֿר און קוקט זיך צו צו אונדז,‟ האָט נעמי צוגעגעבן. „ס׳איז געווען קלאָר אַז זי האָט נישט געוואָלט שטערן ייִדן וואָס זענען געקומען אויפֿן באָבעווער רבינס יאָרצײַט.‟

יענעם אויפֿדערנאַכט זענען די זינגערס ווידער פֿאַרחידושט געוואָרן ווען טראַטשעווסקאַ האָט זיך פּלוצלינג באַוויזן בײַ זיי אינעם האָטעל אין קאַזמיערש, דאָס אָרט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמאַרק.

„דער אויפֿנעמער פֿונעם האָטעל קלינגט אָן צו אונדז אין צימער און זאָגט אַז אַ פֿרוי איז אין פֿאָיע און וויל אונדז זען,‟ האָט נעמי דערציילט. „גיי איך אַראָפּ און דערקען די בלאָנדינקע פֿון בית־עולם. זי דערציילט מיר אַז ס׳איז איר זייער וויכטיק וואָס זי האָט זיך באַקענט מיט אונדז און איצט מוז זי אויך זען דודן.‟

אַ דאַנק טראַטשעווסקאַס עקשנות האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן מיט דודן און זײַנע „ירושה און אַנטדעקונג‟־טורן) און אַזוי האָט זיך צעבליט צווישן אַלע דרײַ „אַ שיינע פֿרײַנדשאַפֿט‟.

בײַ טראַטשעווסקאַ איז דאָס געווען זייער וויכטיק ווײַל פֿריִער האָט זי דורכגעפֿירט איר שליחות בלינדערהייט. „איך פֿלעג אַרומפֿאָרן שעהען לאַנג, וואַרטן אַ גאַנצן טאָג, און אַהיימקומען מיט ליידיקע הענט,‟ האָט טראַטשעווסקאַ געזאָגט. „כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס צו טאָן. ס׳איז ממש באַשערט וואָס איך האָב געפֿונען עמעצן וואָס ווייסט אָן אַ שיעור וועגן דער געשיכטע פֿון גאַליציע און די צדיקים — און וואָס האָט גענוג צוטרוי צו מיר זיך צו טיילן מיט די ׳אינעווייניקסטע׳ פּרטים.‟

Agnieszka Traczewska

אַ פֿאָטאָגראַפֿין מיט רעמבראַנדטס אויג

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי עפֿעקטיוו קענען טראַטשעווקאַס פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַן אויב זי מוז זיי אָפֿט אַראָפּנעמען פֿון דער ווײַטנס — דורך אַ פֿענצטער, פֿון אַ שוועל אָדער הינטער אַ בוים?

דער ענטפֿער: געוואַלדיק עפֿעקטיוו.

אַ טייל פֿון אירע בילדער מאַכן אַ רושם אויפֿן צוקוקער צוליב דער אָנגעשפּאַנטער, און פֿאָרט דרך־ארצדיקער דיסטאַנץ צווישן דער פֿאָטאָגראַפֿין און איר סוביעקט. אין איין שוואַרץ–און–ווײַס בילד פֿון חסידים וואָס שלעפּן זיך דורך וואַלדבלעטער כּדי צוצוקומען צום רבינס אוהל, זעט מען ווי אַ יונגער חסיד כאַפּט בשתּיקה אַ בליק פֿונעם פֿאָטאָ־אַפּאַראַט.

אין אַ צווייט בילד, מאַכט זיך טראַטשעווקאַ אַזוי אומזעעוודיק אַז אירע סוביעקטן — אַ ייִנגל און אַ בחור מיט אַ פּאַפּיראָס — איגנאָרירן זי אין גאַנצן בשעת זיי קוקן איבער די זאַכן אין אַן אַלטן פֿאַס.

אין אַ טייל פֿון אירע פּרעכטיקסטע בילדער באָרגט זי סטילן אין מאָטיוון פֿון די מײַסטער־קינסטלער. חסידים געוויקלט אין טליתים דערמאָנען אין רעמבראַנדטס אַ מאָלערײַ. אַ חסיד לעבן אַן אַלטער פּאָליאַטשקע, וואָס ביידע ווערן באַלויכטן פֿון אַ לאַמטערן, וואָלטן גרינג געקענט זײַן פֿיגורן אויף ווערמירס לײַוונט.

אַ מאָל כאַפּט טראַטשעווקאַ אויף אַ סצענע וואָס מע זעט נישט בײַ קיין אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿן. אינעם בילד, „צום ערשטן מאָל‟, למשל, אַראָפּגענומען אין מאה שערים, זעט מען חתן־כּלה גלײַך נאָך דער חופּה, אינעם ייִחוד־צימער. ער, קנאַפּע 20 יאָר אַלט, טראָגט אַ שטרײַמל אַזוי גרויס ווי אַן אַבאַזשור און שמייכלט צום פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. זײַן ווײַבל, אָנגעטאָן אין אַ חופּה־קלייד מיט ווײַסע שפּיצן, כיכעט שעמעוודיק אין דער האַנט אַרײַן. איר שוויגער, טראָגנדיק אַ שוואַרץ קלייד, שטרעקט אויס אַ האַנט צום יונגן פּאָרל. טראַטשעווסקאַ זאָגט אַז דאָס בילד — וואָס מע וואָלט געקענט אויסטײַטשן ווי אַ שטער אין זייער פּריוואַטן מאָמענט — האָט בײַ עטלעכע חסידים טאַקע אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט, ביז עטלעכע רבנים האָבן דווקא געלויבט טראַטשעווסקאַ פֿאַרן שילדערן מיט מענטשלעכקייט און פֿאַרשטאַנד אַ קהילה וואָס ווערט אָפֿט קריטיקירט.

Agnieszka Traczewska

ווען טראַטשעווסקאַ האָט אָנגעהויבן פֿאָרן קיין ישׂראל צו געפֿינען סוביעקטן צו פֿאָטאָגראַפֿירן, אַזוי ווי דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק אין מאה שערים, האָט זי צו ערשט זיך באַקענט מיט דער גאַנצער משפּחה. „אַז איך האָב זיך באַקענט מיט די 16 קינדער פֿון דער משפּחה קרויס, געפּראַוועט שבת מיט זיי און זיך געלערנט וועגן די מנהגים, האָט זיך אַנטוויקלט צווישן אונדז אַ געוויסער צוטרוי און ליבשאַפֿט,‟ האָט זי באַמערקט. „אונדזערע געפֿילן זעען זיך אָן אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע.‟

דאָס בילד „צום ערשטן מאָל‟ האָט אויך געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף אַנדערע. אין 2014 האָט דער זשורנאַל National Geographic עס אויסגעקליבן אויפֿן צווייטן אָרט אין זײַן יערלעכן קאָנקורס פֿון רײַזעבילדער. ס׳איז געווען איינס פֿון בערך 18,000 בילדער וואָס אַפּליקאַנטן האָבן אַרײַנגעשיקט.

אין אַ צאָל בילדער זעט מען דוד זינגער אַליין, איינער צווישן אַ גאַנצער כאָפּטע חסדים אויפֿן בית־עולם, אין די אוהלים און שילן. טראַטשעווסקאַ נעמט אים בכּיוון אַרײַן אין די בילדער ווי אַ סימבאָל פֿון דער חבֿרשאַפֿט וואָס קען זיך שאַפֿן — נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן — צווישן צוויי פֿעלקער וואָס האָבן טויזנט יאָר לאַנג זיך געטיילט מיטן זעלבן שטח ערד.


די פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס ווערן דערמאָנט אין דעם אַרטיקל געפֿינען זיך אין טראַטשעווסקאַס נײַער פֿאָטאָגראַפֿישער אַנטאָלאָגיע פֿון חסידים וואָס קומען אויף קבֿר־אָבֿות אין פּוילן. די אַנטאָלאָגיע, „Returns”, קען מען שוין בײַקומען אין דער פּוילישער אויפֿלאַגע. די ענגלישע וועט אַרויסקומען שפּעטער אין יאָר.

אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ אַרבעט אויך ווי אַן אומאָפּהענגיקע פֿאָטאָגראַפֿין, מערסטנס בײַ ייִדישע פּובליקאַציעס. איר פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ סוכּה אין לאָדזש, פּוילן, איז דערשינען אינעם סוכּות־נומער פֿונעם זשורנאַל „עמי”. איצט אַרבעט זי אויף אַ פּראָיעקט צו פֿאָטאָגראַפֿירן די לעצטע שפּורן פֿון מזוזות אין פּוילן.