רעפֿעראַט (אויף ענגליש) וועגן באַשעוויסן אין מאַנהעטן

Lecture (in English) on I. B. Singer in Manhattan

ד״ר דוד שטראָמבערג
YouTube
ד״ר דוד שטראָמבערג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 09, 2018.

פֿערציק יאָר נאָך דעם וואָס מע האָט אים באַלוינט מיטן „נאָבל‟־פּרעמיע, בלײַבט יצחק באַשעוויס־זינגער אַ באַליבטע פֿיגור אויף דער אַמעריקאַנער גאַס. די ניו־יאָרקער אָנהענגער פֿון באַשעוויסן וועלן באַלד קענען געניסן פֿון אַ רעפֿעראַט וועגן זײַנע ערשטע יאָרן אין אַמעריקע און ווי אַזוי זיי האָבן משפּיע געווען אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען.

דער רעפֿעראַט, „שפּעט־אָנגעקומען — יצחק באַשעוויס־זינגער אין ניו־יאָרק, 1935‟ פֿון ד״ר דוד שטראָמבערג (העברעיִשער אוניווערסיטעט), ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק „דורות‟ און דעם „פֿאָרדהעם־אוניווערסיטעט‟. ד״ר דוד שטראָמבערג איז אַ ליטעראַרישער עקספּערט וואָס פֿאָרשט די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, פֿיאַדאָר דאָסטאָיעווסקי, אַלבער קאַמו און נאָך. זײַנע איבערזעצונגען פֿון באַשעוויס׳ ווערק זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין עטלעכע ליטעראַרישע זשורנאַלן, אַרײַנגערעכנט דעם „ניו־יאָרקער.‟ אינעם רעפֿעראַט וועט ער דערקלערן ווי אַזוי באַשעוויס, אַן אָרעמער אימיגראַנט וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע אויף אַ וויזע וואָס האָט געדאַרפֿט דויערן בלויז זעקס חדשים און וואָס האָט ניט געטאָרט אַרבעטן אין אַמעריקע, איז במשך פֿון די קומענדיקע 20 יאָר געוואָרן אַזאַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. דער רעפֿעראַט וועט אויך באַהאַנדלען די אופֿנים ווי אַזוי באַשעוויס׳ באַזעצן זיך אין אַמעריקע האָט משפּיע געווען אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען.

די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 27סטן פֿעברואַר, 6 אַ זייגער אין אָוונט אויפֿן קאַמפּוס פֿון „פֿאָרדהאַם‟־אוניווערסיטעט בײַם „לינקאָן־צענטער.‟ כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם רעפֿעראַט באַזוכט: http://www.alumni.fordham.edu/calendar/detail.aspx?ID=5277.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.