אַבֿי בוסקילא — נײַער שטערן אין מר״ץ־פּאַרטיי

Avi Buskila – Rising Star in Israel's Meretz Party

אַבֿי בוסקילא
אלעד מלכה
אַבֿי בוסקילא

פֿון דניאל גלאי

Published February 11, 2018.

דעם 23סטן מאַרץ וועלן אין ישׂראל פֿאָרקומען די אינערלעכע נאָמיניר־וואַלן צו דער אָנפֿירונג פֿון דער מר״ץ־פּאַרטיי. ווער עס וויל פֿון די פֿאַררעגיסטרירטע מיטגלידער, קאָן ביזן 17טן פֿעברואַר צושטעלן זײַן קאַנדידאַטור און זיך באַטייליקן אין דער אָפּשטימונג וואָס וועט שפּעטער פֿאָרקומען. דאָס איז אַ געוויינטלעכע פּראָצעדור בײַ ס׳רובֿ פּאַרטייען. אין מר״ץ האָט מען אָבער ביז איצט דאָס נישט געטאָן. פֿאַרקערט, אַן ענגע קאָמיסיע האָט דאָס באַשלאָסן. איז געקומען די פֿאָרזיצערין זהבֿה גלאון און פֿאָרגעלייגט אַ ראַדיקאַלע ענדערונג: עפֿענען די דאָזיקע וואַלן, אַזוי אַז אַלע פּאַרטיי־מיטגלידער זאָלן האָבן אַ רעכט צו באַשליסן ווער ס׳וועט שטיין בראש פֿון מר״ץ. איר פֿאָרלייג איז טאַקע אָנגענומען געוואָרן.

אַבֿי בוסקילא, אַ סאַברע פֿון מאַראָקאַנער אָפּשטאַם, איז דערצויגן געוואָרן אין אַ טראַדיציאָנעלער משפּחה. צוליב דעם וואָס ער איז אַן אויסגעצייכנטער ספּאָרטלער, האָט האָט ער אין צה״ל מיט הצלחה געשטיגן אין די ראַנגען און געוואָרן אַן אָפֿיציר. דעם 1טן יאַנואַר 1997 נאָך דעם ווי אַ צה״ל־זעלנער, נועם פֿרידמאַן, האָט אין חבֿרון אומגעריכט אָנגעהויבן צו שיסן אויף אַראַבער און פֿאַרוווּנדיקט זיבן פּערזאָן, איז בוסקילא צוגעלאָפֿן, אים באַהערשט און צוגענומען דעם ביקס. פֿאַר דער העלדישער אַקציע האָט בוסקילא באַקומען פֿונעם פּרעמיער מיניסטערס קאַנצעלאַריע אַן אָנערקענונג, און זײַן נאָמען איז מפֿרסם געוואָרן פֿאַרן ברייטן ציבור.

בשעת זײַן מיליטער־דינסט ווי אַן אָפֿיציר האָט ער זיך אָפֿן דעקלאַרירט ווי אַ האָמאָסעקסואַל. אין יאָר 2016 איז ער געוואָרן דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער באַוועגונג „שלום עכשיו” (שלום איצט). ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז מ’וועט אין דער מר״ץ־פּאַרטיי אײַנפֿירן אָפֿענע וואַלן, האָט ער דעמיסיאָנירט פֿון דער שטעלע און באַשלאָסן צו לויפֿן אין די אינערלעכע וואַלן. וויכטיק איז צו באַטאָנען, אַז קאַנדידאַטן ווי זהבֿה גלאון, אילן גילון און תּמר זאַנדבערג, וועלכע אַמטירן ווי כּנסת־דעפּוטאַטן, באַקומען אַ סובווענץ פֿאַר זייער וואַל־קאַמפּאַניע, בשעת בוסקילא און אַבֿי דַבוש, באַקומען עס נישט. אַזוי איז ניט נאָר אין מר״ץ, נאָר אויך בײַ די אַנדערע פּאַרטייען, לויט אַ באַשלוס אין כּנסת וואָס איז לעצטן אָנגענומען געוואָרן. יושרדיק איז עס ניט; עס דינט ראשית־כּל די אינטערעסן פֿון אַמטירנדיקע דעפּוטאַטן, וועלכע באַווײַזן ווידער אַ מאָל, אַז זיי ווייסן גאַנץ גוט ווי צו זאָרגן פֿאַר זיך…

אויף בוסקילאס וויזיט־קאַרטל שטייט געשריבן „מזרחי גאה” און דאָס שפּיגלט אָפּ אַן אַלגעמיינע דערשײַנונג, וואָס מזרחים, מערסטנס מאַראָקאַנער, פֿאַרנעמען אַלץ שטאַרקערע פּאָזיציעס אויף דער פּאָליטישער אַרענע אין געוויסע פּאַרטייען; דווקא ניט בײַ יש עתיד, ישראל ביתּנו און דגל התּורה. ס׳איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע טעמע וואָס וועקט אויף די פֿראַגע, אַוווּ זענען די אַשכּנזים? פֿאַקטיש טאָרן זיי ניט באַטאָנען זייער עטנישע אָנגעהעריקייט, ווײַל גיי ווייס פֿאַר וואָס, וועט מען זיי באַלד באַשולדיקן אין „ראַסיזם”. טאַקע אַ מאָדנע סיטואַציע.

איך האָב לעצטנס דורך בליצפּאָסט געפֿירט דעם ווײַטערדיקן שמועס מיט בוסקילא:

גלאי: ווען איר האָט אַמטירט ווי דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון „שלום עכשיו”, האָט איר באַמערקט אַ צוּווּקס אין דער צאָל אַקטיוויסטן?

בוסקילא: עס איז טאַקע געוואַקסן, אַ דאַנק די צענדליקער טרעפֿונגען וואָס כ׳האָב אָרגאַניזירט זינט מײַן ערשטן טאָג בײַ דער אַרבעט. דערצו האָב איך אויפֿגעשטעלט אַ שול פֿאַר פּאָליטיק, וואָס לערנט יונגע מענער און פֿרויען אויפֿצוקלערן פּאָליטישע פֿראַגעס פֿאַרן ברייטן ציבור. „שלום עכשיו‟ איז איצט ווידער אויף דער גאַס. ווי אַ מיטל אָפּצומערקן 50 יאָר פֿון ישׂראלס אײַננעמען די שטחים (יהודה און שומרון) האָבן מיר אויפֿן רַבין־פּלאַץ דורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע מיט דער באַטייליקונג פֿון 35,000 פּערזאָן.

גלאי: אויף אײַער וויזיט־קאַרטל שטייט „שטאָלצער מזרחי”. צי האַלט איר, אַז ס’איז געוווּנטשן אַז די אַשכּנזים אין מר״ץ און אין אַלגעמיין זאָלן פֿאָרשטעלן זייער עטנישע אידענטיטעט אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן?

בוסקילא: עס איז ניט בײַ מיר א וויזיט־קאַרטל; ס׳איז אַ טייל פֿון מײַן פּערזענלעכקייט, פֿונעם אָרט וווּ כ׳בין אויפֿגעוואַקסן און פֿונעם לשון וואָס איך האָב גערעדט. ווי יעדער איינער האָב איך נאָך אַספּעקטן אין מײַן פּערזענלעכקייט. כ׳בין שטאָלץ מיט זיי און שטעל אַלץ אַוועק אויפֿן טיש, ווײַל אין לעצטן סך־הכּל איז דאָס פּערזענלעכע אויך פּאָליטיש.

גלאי: מיינט איר אַז ישׂראל דאַרף געבן אַ לעגיטימאַציע צו אַלע עטנישע אידענטיטעטן אין דער געזעלשאַפֿט?

בוסקילא: ישׂראל איז אַ מדינה וואָס באַשטייט פֿון כּלערליי גרופּעס, עדות און נאַציאָנאַליטעטן. אונדזער אויפֿגאַבע ווי ציבור־פֿאָרשטייערס איז צו זאָרגן אַז אָט די אַלע טיילן זאָלן זיך פֿילן באַקוועם, זיי זאָלן האָבן גלײַכע מעגלעכקייטן און זאָלן זיך פֿילן דאָ אין דער היים.

גלאי: ווי אַזוי וועט איר צוציִען מזרחים צו אַ פּאַרטיי, וואָס איר אימאַזש איז אין תּוך אַ ווײַס־אַשכּנזישע?

בוסקליאַ: איך ווענד זיך ניט צו די מענטשן לויט זייער עטנישער אָנגעהעריקייט. מײַן ציל איז זיך צו ווענדן צום ברייטן ציבור אין אַלע עקן פֿון ישׂאל און אים איבערצײַגן, אַז אונדזערע ווערטן זענען די ריכטיקע פֿאַר זיי און פֿאַר דער מדינה. רעדן גלײַך צו די מענטשן. ניט איבער זייערע קעפּ.

[צו מײַן פֿראַגע, צי דאַרף מען פֿאַרשטאַרקן דעם סטאַטוס פֿון די ייִדישע שפּראַכן האָב איך קיין ענטפֿער ניט באַקומען. דאָס איז אין גײַסט מיט בוסקילאס צוגאַנג: ניט צו פֿיל באַטאָנען די ספּעציפֿישקייט פֿון אַלע עדות. ער ווײַזט אַרויס צוטרוי צו זיך ווײַל ער דריקט אין דער אמתן אויס דעם הערשנדיקן קאָנצענזוס אין דער געזעלשאַפֿט. מיט יאָרן צוריק האָב איך זיך געהאַט געטראָפֿן מיט זהבֿה גלאון וואָס איז במשך די יאָרן געשטאַנען בראש פֿון מר״ץ. כ׳האָב פֿאַר איר פֿאָרגעשטעלט די וויכטיקייט איר פּאַרטיי זאָל באַהאַנדלען אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן דאָס שטיצן די ייִדישע שפּראַכן און קולטור־ירושה פֿון אַלע תּפֿוצות. דאָס קאָן טראָגן, האָב איך איר אויפֿגעקלערט, אַ וויכטיקן פּאָליטישן באַדײַט פֿאַר כּלל־ישׂראל. זי, וואָס קאָן ייִדיש, האָט זיך גוט צוגעהערט צו מײַנע ווערטער. הגם ס’איז דערפֿון גאָרניט געוואָרן, האָב איך דערפֿילט אַז ס’איז געבליבן אַן אָפֿענע טיר. איצט — צוריק צו אַבֿי בוסקילא.]

גלאי: אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קאַנדידאַטן, וואָס האַלט איר זענען אײַערע גרעסטע מעלות?

בוסקילא: איך קאָן גרינטלעך די ישׂראל־געזעלשאַפֿט אין אַלע אירע אַספּעקטן און שיכטן, און כ׳ווייס ווי צו רעדן צו יענע וואָס מר״ץ איז בײַ זיי ביז הײַנט ניט געווען קיין פּאָליטישע אָפּציע. כ’גלייב, אַז כ׳קאָן פֿאַרוואַנדלען מר״ץ אין דער גרעסטער פּאַרטיי אינעם שלום־לאַגער.