נײַע ייִדיש־ענגלישע אױסגאַבע פֿון אַבֿרהם סוצקעװערס לידער

New Yiddish-English Edition of Avraham Sutzkever's Poetry

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 11, 2018.

העדער וואַלענסיאַ
„זינגט אַלץ נאָך מײַן וואָרט‟. (דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט, 2017)

די שאָטלענדישע ליטעראַטור–פֿאָרשערין און איבערזעצערין העדער װאַלענסיאַ האָט זיך יאָרן־לאַנג אָפּגעגעבן מיט אַבֿרהם סוצקעװערס פּאָעזיע. דער פּועל־יוצא פֿון איר מי איז די נײַע ייִדיש־ענגלישע זאַמלונג „זינגט אַלץ נאָך מײַן װאָרט”, װאָס איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם דיסלדאָרפֿער אוניװערסיטעט אין דײַטשלאַנד װי דער צװײטער באַנד אין דער סעריע „ייִדיש: אױסגאַבעס און פֿאָרשונג”. חוץ לידער אַנטהאַלט די דאָזיקע אױסגאַבע צװײ װערטפֿולע הוספֿות: װאַלענסיאַס איבערזיכט פֿון סוצקעװערס לעבן און שאַפֿונג, און דער טעקסט אױף ייִדיש און אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, פֿון סוצקעװערס לעקציע „מײַן לעבן און מײַן ליד”, װאָס ער האָט געהאַלטן אין 1959 אין מאָנטרעאַלער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק.

די דאָזיקע הוספֿות העלפֿן בעסער פֿאַרשטײן די קולטרעלע און דיכטערישע מקורים פֿון סוצקעװערס שעפֿערישקײט. אין זײַן לעקציע באַטאָנט ער די פֿילזײַטיקע שפּראַכלעכע און ליטעראַרישע השפּעות, װאָס האָבן באַװירקט זײַן דיכטערישן כּוח־הדמיון. ער רעדט װעגן צװײ געשעענישן, װאָס האָבן קינדװײַז געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף זײַן לעבן: „די ערשטע — מײַן קינדהײט אין סיביר. מײַנע ערשטע זיבן־אַכט יאָר אין װײַטן צפֿון װוּ מײַן מאַמע־לשון, כאָטש מע האָט געשריבן װעגן מיר, אַז איך בין אַ גוטער ייִדיש־קענער […] אַז מײַן ערשט לשון, װאָס איך האָב גערעדט אין מײַן קינדהײט, איז געװען קירגיזיש. װײַל איך האָב זיך געפֿונען צװישן קירגיזן, מיט זײ זיך געשפּילט און זיך אױסגעלערנט דעם דאָזיקן לשון.” די „בילדער־דימענטן” פֿון די קינדער־יאָרן אין די קאַלטע און ברײטע סיבירער סטעפּן „פֿינקלען פֿאַר מיר און אין מיר דורך אַלע פֿינצטערנישן, זײ האָבן מיך געטרײסט און באַגאָלדיקט אױך אין געטאָ.”

דאָס צװײטע געשעעניש איז געװען די מעשׂה װעגן זײַן זײדן, דעם רבֿ פֿונעם שטעטל מיכאַילישאָק. אױפֿן װעג פֿון זײַן שטעטל קײן װילנע האָבן די גנבֿים געלקחנט דאָס רענצל מיטן זײדנס כּתבֿ־יד, אױף װעלכן ער האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן. די װילנער רבנים האָבן אױפֿגעהאַנגען אין װילנער שילן, קלױזן און בתּי־מדרשים אַ „קול־קורא צו די חשובֿע װילנער גנבֿים, אַז אױב אין משך פֿון דרײַ טעג װעט ניט אָפּגעטראָגן ווערן צום רבין דער געגנבֿטער רענצל מיט דעם װאָס איז דאָ אינעװײניק, װעלן אַלע װילנער גנבֿים אַרײַנגעלײגט װערן אין אַזאַ פֿינצטערן חרם, אַז זײערע אוראײניקלעך װעלן ניט אַרױסקריכן.” צום סוף פֿונעם דריטן טאָג האָט מען טאַקע דאָס רענצל אומגעקערט. „די דאָזיקע מעשׂה, אַז עס קען פּלאַצן דאָס האַרץ צוליב אַ כּתבֿ־יד, צוליב דעם װאָס די האַנט האָט געשריבן עפּעס מיט אַ בלײַער צי מיט טינט, האָט אױף מיר, אױף מײַן פֿאַנטאַזיע געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם”.

די דאָזיקע צװײ טעמעס זײַנען בולט אין דעם אױסקלײַב פֿון סוצקעװערס לידער פֿאַרן דאָזיקן זאַמלבוך. עס עפֿנט זיך מיט דער פּאָעמע „סיביר”, סוצקעװערס װיכטיקסטן װערק פֿונעם ערשטן, פֿאַר־מלחמיקן פּעריאָד. די נעאָ־ראָמאַנטישע און סימבאָליסטישע פּאָעטיק פֿון „סיביר” איז אײַנגעװאָרצלט אין דער קלאַסישער פּױלישער פּאָעטישער טראַדיציע, װאָס סוצקעװער האָט שטודירט אין דער פּױלישער גימנאַזיע אין װילנע. ער שרײַבט: „װען מײַן האַנט, עפּעס װי די האַנט װאָלט געװען אַ מענטש פֿאַר זיך אַלײן, האָט אָנגעהױבן צו פֿירן מיט אַ בלײַער שורות איבער פּאַפּיר און אױסצוּװעבן מײַנע ערשטע סיבירער לידער, האָב איך קײן אַנונג ניט געהאַט, אַז ס׳איז פֿאַראַן שױן אַ גרױסע ייִדישע דיכטונג, אַז מיר פֿאַרמאָגן אַ לײװיק, אַ יהואש, אַ קולבאַק. װײַל גראָד איך, װאָס איך שטאַם פֿון רבנים, גראָד איך — אַזױ האָט זיך געמאַכט — האָב געלערנט אין װילנע אין אַ פּױלישער גימנאַזיע.” און דאָך װען מען לײענט דעם ענדגילטיקן נוסח פֿון „סיביר”, פֿילט מען, אַז דער דיכטער האָט טאַקע יאָ גענאָסן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, און דװקא פֿון אָט די דרײַ דיכטער װאָס ער דערמאָנט אין זײַן לעקציע.

די צװײטע טעמע, דאָס חשיבֿות פֿון כּתבֿ װי אַ מין בריק צװישן לעבן און טױט, קומט בולט אַרױס אין סוצקעװערס חורבן־לידער. ער דעמאָנט זיך אָן אַ שרעקלעכן מאָמענט אין דעם װילנער געטאָ: „דאָס איז געװען אין 1941, אין דער צײַט פֿון דער שחיטה אין געטאָ, װען איך בין געלעגן אױף אַ בױדעם באַהאַלטן, און בלױז אַ נאָדל ליכט איז אַרײַן פֿון אױבן צװישן די דאַכלקעס, האָב איך געזען װי לעבן מיר ליגט אַ טױטער ייִד. ס׳איז געװען הײס, איז געװען נאַקעט זײַן לײַב. האָב איך גאָר פֿאַרגעסן, אַז דאָ ליגט אַ טױטער, און כ׳האָב גאָר פֿאַרגעסן װוּ איך געפֿין זיך אַלײן, און אָנטאַפּנדיק מיט די פֿינגער אַ שטיקעלע קױל האָב איך גענומען שרײַבן װי אױף פּאַפּיר אַ ליד אױפֿן לײַב פֿונעם טױטן.” אַ ליד איז אַװדאי ניט בכּח צו מחיה־מתים זײַן אַ טױטן, אָבער פּאָעזיע האָט נישט אײן מאָל יאָ געראַטעװעט סוצקעװערן פֿון טױט.

„זינגט נאָך אַלץ מײַן װאָרט” איז אַ װיכטיקער אױפֿטו אין עטלעכע הינזיכטן. ערשטנס, צוליב דעם אױסקלײַב און די נײַע איבערזעצונגען, און בפֿרט צוליב סוצקעװערס לעקציע װעגן פּאָעזיע. דאָס איז אַ מוסטער װי אַזױ מען קאָן נוצן די כּמעט ניט־באַרירטע אוצרות פֿון ייִדיש, װאָס זײַנען צוטריטלעך געװאָרן צוליב דעם פּראָיעקט פֿון דיגיטאַליזאַציע פֿון ייִדישע רעקאָרדירונגען בײַ דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟. צװײטנס, איז דער װאָגיקער איבערזיכט פֿון סוצקעװערס לעבן און שאַפֿונג פֿון העטער װאַלענסיאַ זײער באַהילפֿיק פֿאַר יעדן, װאָס װיל זיך באַקענען מיט זײַן װערק. און דריטנס, קומט אַ גרױסער ייִשר־כּוח דעם פֿאַרלאַג פֿונעם דיסלדאָרפֿער אוּניװערסיטעט פֿאַר אַרױסלאָזן אַזאַ וויכטיק בוך אױף ייִדיש און ענגליש. הלװאי װאָלט מען אַרױסגעגעבן אַזעלכע ביכער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער!