וואָס איז אין דער אמתן אַ „לאַגער‟?

What Does the Word “Lager” Really Mean?

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published February 14, 2018.

ס׳האָט דער צוואָנציקסטער יאָרהונדערט אונדז מזכּה געווען מיטן הײַנטיקן גילגול פֿונעם וואָרט „לאַגער“. אָט דאָס דײַטשישע וואָרט, וואָס איז נאָך אינעם 18טן י״ה אַרײַן אין רוסיש, האָבן מיר צו „פֿאַרדאַנקען“ סײַ די דײַטשישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, סײַ דעם רוסישן גולאַג (וואָס איז דאָך די ראָשי־תּיבֿות טײַטש „הויפּט־אַדמיניסטראַציע פֿון לאַגערן“).

דאָס מאָדערנע וואָרט האָט זיך אַנטוויקלט אָט ווי: בײַ די רוימער איז געווען אַ וואָרט campus, וואָס איז טײַטש סײַ „פֿעלד“, סײַ „שלאַכטפֿעלד“; דערנאָך האָט זיך עס אויסגעברייטערט אויף „אָרט וווּ ס׳מיליטער שטעלט זיך אָפּ“. אָט דער לעצטער טײַטש איז אַרײַן אין ענגליש און פֿראַנצייזיש (camp); אונטער דער השפּעה פֿון camp האָט „לאַגער“ אָנגענומען דעם טײַטש אויך. שפּעטער איז עס אַריבערגעטראָגן געוואָרן אויף יעדן אָרט וווּ ס׳שטעלט זיך אָפּ אַ גרופּע נע־ונדניקעס (אַ שטייגער, ציגײַנער).

אַן אַנדער „לאַגער“ פֿון אַן ענלעכן מין איז דאָס אָרט וווּ קינדער פֿאַרברענגען זומערצײַט. ס׳איז נישט איין מאָל געקומען צו רייד וועגן דעם צי זאָל מען אָנרופֿן summer camp „לאַגער“. גאַנץ פֿאַרשפּרייט בײַ אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדער איז טאַקע „זומער־לאַגער“, אָבער ס׳איז שוין אויסגעקומען צו הערן די טענה, אַז ס׳וואָרט „לאַגער“ דערמאָנט צו שטאַרק אין די דײַטשישע לאַגערן. הייסט עס, אַז שטאָטסן דײַטשיש־שטאַמיקן „לאַגער“ זאָל מען ניצן ס׳ענגליש־שטאַמיקע „(זומער)קעמפּ“. נו, דער שרײַבער פֿון די שורות איז נישט קיין גרויסער ליבהאָבער נישט פֿון דײַטשישע, נישט פֿון ענגלישע לײַווערטער. וואָלט איך גיכער רעקאָמענדירט „זומער־קאָלאָניע“, וואָס עס שטאַמט פֿון פּויליש און איז אין מיזרח־אייראָפּע געווען אָנגענומען.

אויב אַזוי, ווי זשע זאָל מען זאָגן day camp, ד״ה, נישט קיין קאָלאָניע אויפֿן דאָרף וווּ די קינדער נעכטיקן, נאָר אַ קאָלאָניע אין שטאָט וווּ די קינדער פֿאַרברענגען בלויז בײַ טאָג? אינעם נײַעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך, וואָס אַני־הקטן בין געווען אַ מיטרעדאַקטאָר דערפֿון, שטייט אונטער camp אַלע דרײַ: קאָלאָניע, לאַגער, קעמפּ; בײַ day camp שטייט נאָר „טאָגלאַגער“. אפֿשר זאָל איך זען, אַז אינעם נײַסטן נוסח פֿונעם ווערטערבוך זאָל מען צוגעבן „טאָג־קאָלאַָניע“?

דאָס ביז איצט אַרומגערעדטע איז, אָבער, אויך נישט דער תּחילתדיקער טײַטש פֿונעם וואָרט. לאַנג איידער די דײַטשישע און סאָוועטישע ימח־שמוס האָבן פֿון „לאַגער“ געמאַכט אַ מיאוס וואָרט האָט עס געהאַט גאָר אַן אַנדער טײַטש: סקלאַד, אָדער דאָס וואָס מע האַלט אין סקלאַד. ס׳איז פֿאַרבונדן — אַ חידוש! — מיט די ווערבן „ליגן“ און „לייגן“. פּונקט ווי אויף דײַטשיש, קען מען אויף ייִדיש עפּעס האַלטן „אויף לאַגער“, ד״ה, אין סקלאַד, גרייט אויסצוניצן. איז אַ לאַגער אין תּוך אַרײַן דאָרטן וווּ מע לייגט אַוועק די זאַכן. (דער סופֿיקס „…טעק“ פֿון „ביבליאָטעק“ איז טײַטש דאָס זעלביקע — „סקלאַד“.) אויף דײַטשיש איז lager אויך טײַטש „געלעגער“, דאָרטן וווּ מע לייגט זיך אַליין. איז אַ מיליטערישער לאַגער, הייסט עס, דאָרטן, וווּ די זעלנער לייגן אויף דערווײַל אַוועק די זאַכן.

הײַנט פֿאַר וואָס זאָגט מען „לאַגערביר“? איז אַזוי: ביזן 19טן י״ה האָט מען געברײַט ביר וואַרעמערהייט; אין די 1830ער האָט מען, אַ פּנים, אין דער טשעכישער שטאָט פּילזן אויסגעטראַכט דעם אופֿן ברײַען ביר קילערהייט. ווי כ׳פֿאַרשטיי, איז דער חילוק דאָס, וואָס וואַרעמערהייט בלײַבן די הייוון פֿון אויבן, בשעת קילערהייט גייען זיי אַראָפּ ביזן דנאָ פֿונעם פֿעסל אָדער ביט. וואָס־וואָס, נאָר לאַגערביר, האַלט איך, איז ס׳בעסטע. נישט אומזיסט רופֿט מען ביר איבער דער וועלט „פּילזענער“, כאָטש מיט דער שטאָט פּילזן האָט מען נישט קיין שײַכות — פֿון דאָרטן נעמט זיך פּשוט (כּלומרשט) דער רעצעפּט.

ס׳וואָרט „לאַגער“ אַליין האָט, אָבער, אין מאַמע־לשון נישט קיין טיפֿע וואָרצלען — ווען ס׳איז אַן עלטער וואָרט וואָלט עס געווען „לאָגער“, מיט אַ קמץ. ס׳ווערט קלאָר אויב מע פֿאַרגלײַכט, אַ שטייגער, „אויפֿלאַגע“ און „בײַלאַגע“ מיט „צולאָג“ אָדער „אויסגאַבע“ מיט „אויסגאָב“ — „…לאַגע“ און „…גאַבע“ זענען נײַ, „…לאָג“ און „…גאָב“ זענען אַלט. פּונקט אַזוי איז דער דין וועגן דעם וואָרט „באַלאַגערן“, וואָס איז הײַנט אָנגענומען, אָבער אין תּוך אַרײַן איז עס דײַטש; ס׳עלטערע ייִדישע וואָרט איז „באַלעגערן“, בהסכּם מיט מיטל־הויכדײַטש; דאָס זאָל מאַרטין לוטער האָבן פֿאַרביטן ס׳ליטעראַרישע leger מיטן פּשוט־פֿאָלקישן lager. ווען נישט לוטער וואָלט מען הײַנט געטרונקען לעגערביר און להבֿדיל גערעדט וועגן דײַטשישע און סאָוועטישע לעגערן…