ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם שׂכר־לימוד שטאַרק אַראָפּגעלאָזט

YIVO Summer Program Tuition Greatly Reduced

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 14, 2018.

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד אַז כאָטש מע באַטראַכט די „ייִוואָ‟־זומער־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדיש־פּראָגראַמען אויף דער וועלט, צי ניט די בעסטע בכלל, ווערן אַ סך פֿאַראינטערסירטע סטודענטן אָפּגעשטויסן צוליבן טײַערן שׂכר־לימוד. אַ סך סטודענטן לערנען זיך דערפֿאַר איין יאָר בײַם „ייִוואָ‟ און דערנאָך איין יאָר אין אַן אַנדער פּראָגראַם, וווּ ס׳איז אַ סך ביליקער.

לעצטנס האָט דער „ייִוואָ‟ געלאָזט וויסן, אַז לכּבֿוד דעם פֿאַקט וואָס מע פּראַוועט דעם 50סטן יאָר פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 25סטן יוני ביזן דריטן אויגוסט, וועט מען מאָנען אַ שטאַרק אַראָפּגעלאָזטן שׂכר־לימוד — $2,000. כאָטש אָט דער פּרײַז איז מער ווי 60% ווייניקער ווי אין אַ געוויינטלעכן יאָר, ווייסט דער „ייִוואָ‟ אַז אַ סך סטודענטן קענען זיך דאָס פּשוט ניט דערלויבן. דערפֿאַר, אַזוי ווי אַלע יאָר, וועט מען צוטיילן אַ סך סובסידיעס פֿאַר סטודענטן און יונגע־לײַט צו דעקן דעם שׂכר־לימוד. מע וועט אויך צוטיילן סובסידיעס צו דעקן די פֿאָר־הוצאות און אינטערנאַט־הוצאות פֿון געוויסע אויסלענדישע סטודענטן. כּדי אָנצוגעבן אויף אַ סובסידיע קען מען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן 23סטן פֿעברואַר. כּדי אַרײַנצושיקן אַן אַלגעמיינע אַפּליקאַציע קען מען אָנגעבן ביזן 2טן אַפּריל. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://summerprogram.yivo.org.

דער נײַער אַראָפּגעלאָזטער פּרײַז פֿונעם שׂכר־לימוד וועט זיכער העלפֿן צו פֿאַרזיכערן, אַז די „ייִוואָ‟־זומער־פּראָגראַם וועט בלײַבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע. פֿאַראַיאָרן האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם סטודענטן פֿון 13 לענדער, אַרײַנגערעכנט ווײַסרוסלאַנד, שפּאַניע און יאַפּאַן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.