דער מישכּן ברענגט די וועלט נענטער צו געטלעכקייט

The Ark of the Covenant Draws the World Closer to Godliness

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 15, 2018.

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט דעם ייִדישן פֿאָלק צו זאַמלען פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן: טײַערע מעטאַלן, פֿלאַקס, וואָל, לעדער, האָלץ, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער, כּדי צו שאַפֿן דעם מישכּן — אַ הייליק אָרט, אַ פּראָטאָטיפּ פֿונעם בית־המיקדש, וווּ עס זאָל זיך אַנפּלעקן די שכינה. אין דער הײַנטיקער פּרשה גיט די תּורה איבער פּרטימדיקע און גענויע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי מע האָט אויסגעבויט אַזאַ אָרט.

אין דער אמתן, ווייסן מיר, אַז דער אייבערשטער איז בנימצא אומעטום, הגם בלויז אין זעלטענע מאָמענטן זענען מיר זוכה דאָס צו פֿאַרשטיין. יעדע זאַך אין דער וועלט איז אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם באַשעפֿער, דערפֿאַר האָט דער רבונו־של־עולם געהייסן צו זאַמלען כּלערליי מאַטעריאַלן פֿאַרן מישכּן.

בדרך־כּלל, ווערט די וועלט אײַנגעטיילט אין פֿיר מינים מדרגות, דצח״ם — דומם, צומח, חי און מדבר — אומבאַלעבטע זאַכן, פֿלאַנצן, בעלי־חיים און מענטשן. די כּהנים, וועלכע האָבן געבראַכט די קרבנות אינעם משכּן, האָבן רעפּרעזענטירט די פֿערטע און די העכסטע מדרגה — דעם מענטש, וואָס ברענגט דעם גאַנצן אוניווערס דורך זײַן עבֿודת־השם נענטער צו געטלעכקייט.

די מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געזאַמלט פֿאַרן מישכּן, רעפּרעזענטירן די גאַנצקייט פֿונעם וועזן. אויב עפּעס וואָלט געפֿעלט, וואָלט דער גאַנצער מישכּן ניט געטויגט. פּונקט אַזוי, טאָר מען נישט טראַכטן, אַז אין דער וועלט טרעפֿן זיך איבעריקע זאַכן אָדער מענטשן. צום באַדויערן, געפֿינען זיי זיך צומאָל אין נישט־ריכטיקע ערטער און פֿאַרנעמען נישט־ריכטיקע ראָלעס — צומאָל ממש סכּנותדיקע. בעצם, האָט אָבער יעדע באַשעפֿעניש אין דער וועלט אַן אוניקאַלע ראָלע.

דאָס וואָרט „תּרומה‟ הייסט, בפּשטות, אַ מין שטײַער צו די כּהנים. יעדער ייִד האָט געדאַרפֿט, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, ברענגען אַ געוויסן סכום מאַטעריאַלן, כּדי אָנטיילצונעמען אינעם אויפֿשטעלן דעם הייליקן מישכּן. דער באַשעפֿער אַליין, אַוודאי, נייטיקט זיך נישט אין קיין שטײַערן; פֿון דעסט וועגן, האָט דער רבונו־של־עולם געוויזן דעם כּלל־ישׂראל, אַז כּדי צו פֿאַרשפּרייטן קדושה אין דער וועלט און שאַפֿן אַ „דירה‟ פֿאַר דער הייליקער שכינה, מוזן אַלע מענטשן בײַשטײַערן צוזאַמען וואָס מע קאָן — מאַטעריאַלן, כּוחות, גוטע עצות. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז די מחשבֿות לשם־שמים בײַם בויען דעם מישכּן זענען געווען גאָר וויכטיק.

אין דער פֿאָריקער פּרשה, „משפּטים‟, האָבן מיר באַהאַנדלט אַ ריי מיצוות — למשל, די יושרדיקע באַהאַנדלונג פֿון שקלאַפֿן — וואָס ווערן במשך פֿון צײַט אַלץ ווייניקער אַקטועל בגשמיות, בלײַבנדיק פֿאָרט רעלעוואַנט ברוחניות. מיר דאַרפֿן וויסן, ווי אַזוי צו פֿאַרשקלאַפֿן אונדזער אייגענעם יצר־הרע, ער זאָל בלײַבן אונטערטעניק צו אונדזער יצר־טובֿ און נישט אָנהייבן אַ גאַנצן אויפֿשטאַנד. די אינערלעכע „שקלאַפֿן‟ מוז מען באַהאַנדלען בחכמה.

די הײַנטיקע פּרשה איז געווידמעט אַ פֿאַרקערטן ענין. דער מישכּן איז געווען בלויז אַ צײַטווײַליקע קאָנסטרוקציע. ווען שלמה המלך האָט אויפֿגעשטעלט דעם ערשטן בית־המיקדש, האָט מען מער נישט געטאָרט ברענגען קרבנות אין וואָס־ניט־איז אַנדער אָרט. עס באַקומט זיך, אַז אַלע ענינים, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער הײַנטיקער סדרה, האָבן בלויז אַ רוחניותדיקע ווערט.

פֿון דער צווייטער זײַט, הגם דער מישכּן איז הײַנט מרמז אויף ריין־רוחנויתדיקע עבֿודות, לערנען מיר אָפּ פֿון דער הײַנטיקער פּרשה דווקא פּראַקטישע גשמיותדיקע עצות. ווען משיח וועט קומען, וועט די גאַנצע וועלט ווערן הייליק, און יעדע מענטשלעכע נשמה, נאָך אַ גאַנצער ריי תּיקונים, וועט ווערן אַ מישכּן, וווּ תּפֿילה־ווערטער און כּוונות לשם־שמים וועלן דינען ווי קרבנות. ווען דער נײַער בית־המיקדש, ווי עס שטייט אינעם מדרש, וועט אַראָפּקומען על־פּי נס פֿונעם הימל, וועט ער מרמז זײַן אויף דעם דאָזיקן ברייטן און אוניווערסאַלן ענין — די „בית־המיקדשדיקייט‟ פֿון דער מענטשלעכער נשמה.

ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאָקוסירט זיך די ייִדישע טראַדיציע אויף ייִדן. רבי נחמן בראַצלעווער און אַ ריי אַנדערע גרויסע צדיקים דערקלערן אָבער, אַז דער תּפֿקיד פֿון ייִדישקייט איז ברייטער. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז געוויסע הײַנטיקע חסידישע קריטיקער טענהן, אַז אַנשטאָט „בראַצלעוו‟ דאַרף מען שרײַבן „ברסלבֿ‟. ווי מע זאָגט, „זה וזה דבֿרי אַלקים חיים‟; דאָס שיינע אוקראַיִנישע שטעטל אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך בוג הייסט בײַ ייִדן בראַצלעוו אָדער בראָצלעוו, אָבער די חסידים האָבן אײַנגעטײַטשט אַן אייגנאַרטיקן רמז אינעם נאָמען פֿון דער שטאָט: „בשׂר־לבֿ‟ — „מל צו זײַן‟ דאָס האַרץ פֿונעם מענטש.

אונדזער אַלגעמיינע אויפֿגאַבע אין דער וועלט איז דער אַלמענטשלעכער תּיקון־עולם. מיר מוזן שטרעבן „מל צו זײַן‟ אונדזערע הערצער, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גרויסן מישכּן, כּדי אויסצונוצן אַלע אַספּעקטן פֿונעם אַרומיקן אוניווערס לשם־שמים.

אויב מע פֿאָקוסירט זיך צופֿיל אויפֿן דאָזיקן ענין, קאָן מען עס אָבער אָפּטײַטשן ווי אַן אַבסטראַקטע ליבעראַלע טעאָריע פֿון סאָציאַלן יושר אָן אַ ייִדישן תּוכן. ווען בעת פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע חסד־אַקציעס באַטאָנען די טוער, אַז זיי זענען ייִדן און טוען עס לשם ייִדישקייט, שאַפֿט זיך צומאָל אַפֿילו אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן אײַנדרוק. ווען די מיטגלידער פֿון קריסטלעכע אָרגאַניזאַציעס טוען דאָס זעלבע, איז פֿאַר קיינעם נישט קיין חידוש, אַז זיי זאָרגן זיך וועגן אַלע מענטשן. ווען ייִדישע טוער באַטאָנען, ווי אַ חידוש, אַז זיי טוען דאָס זעלבע, שאַפֿט זיך דער מאָדנער אײַנדרוק, אַז לכתּחילה ווילן זיי העלפֿן נאָר אַנדערע ייִדן, אָבער צוליב זײַטיקע כּוונות פֿאַרנעמען זיי זיך אויך מיט אַלמענטשלעכע חסד־ענינים.

דאָס פֿאַרוואַנדלען די וועלט אין אַ גרויסן מישכּן, כּדי מקרבֿ צו זײַן די גאולה, איז זייער אַ שווערע, קאָמפּליצירטע און אַקטועלע מלאָכה. אַ מענטש איז אַ מענטש, און מע טאָר טאַקע נישט מאַכן קיין חילוק, צי ער איז אַ פֿרומער ייִד, אַ „פֿרײַער‟, צי אַ גוי. ווי עס שטייט געשריבן אינעם קלאַסישן מוסר־ווערק „ספֿר חרדים‟, האָט אַ געוויסער צדיק, רבי יוסף פֿון סאַראַגאָסע, זוכה געווען צו זען אליהו־הנבֿיא, ווען ער האָט, וווינענדיק אין צפֿת, אַלעמאָל געשטרעבט צו העלפֿן אַלע משפּחות מיטן שלום־בית — סײַ ייִדן, סײַ אַראַבער. די ליבשאַפֿט צו אַלע מענטשן אין אַ גרויסער יסוד אין קבלה און מוסר, באַקאַנט דורות־לאַנג פֿאַר די הײַנטצײַטיקע ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט.

צוליב דעם אַלמענטשלעכן אַספּעקט פֿון דער תּורה — הגם דאָס איז אַ נייטיקער חלק אינעם פֿאַרוואַנדלען די וועלט אין אַ „דירה‟ פֿאַר דער הייליקער שכינה — טאָר מען אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז מע מוז אָפּהיטן און פֿאַרשטאַרקן די אויטענטישע ייִדישקייט. פֿון דעסט וועגן… שטעלט זיך פֿאָר, אַז איינער קלאַפּט אין אײַער טיר און בעט אײַך צו געבן אַ נדבֿה אָדער פֿאַר הונגעריקער קינדער ערגעץ אין אַן עק וועלט, אָדער צו שטיצן די ייִדישע שפּראַך און קולטור, אָדער מיטצוהעלפֿן אָפּצודרוקן עפּעס אַ שיינעם און טיפֿן חסידישן ספֿר, אָדער אויסצובויען אַ נײַע שיל.

על־פּי שׂכל, הגם אַ סך רבנים וואָלטן געפּסקנט אַנדערש, זענען די קינדער אין נויט וויכטיקער. שילן האָבן מיר, קיין עין־הרע, גענוג;בשטיצער פֿון ייִדישע ענינים — אויך. ערגעץ אָבער לעבן משפּחות אין אַ שרעקלעכן מצבֿ. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אפֿשר בעסער איבערשיקן זיי אַ נדבֿה אויף אַ דירעקטן אופֿן, אָן קיין פֿאַרמיטלער? דאָס זעלביקע קאָן מען אויך זאָגן וואָס שייך די ייִדישע ענינים.

אָדער, איז אפֿשר בעסער אײַנצוטיילן די נדבֿה? דער אַלגעמיינער תּיקון־עולם איז טאַקע וויכטיק, אָבער דאָס שטיצן די אָרטיקע קהילות איז דאָך גאָר אַ וויכטיקער טייל דערפֿון.

די מלאכת־המישכּן, אינעם גלאָבאַלן זין, בלײַבט זייער אַ פּראַקטישע, אָבער זייער אַ קאָפּליצירטע עבֿודה. יעדער מוז מאַכן אַ טיפֿן, ערנסטן און ערלעכן דין־וחשבון, וואָס פֿאַר אַ מין חסד־פּעולות זענען צום מערסטן מסוגל צו ברענגען די גאולה אין דער וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.