ייִדישע „סנאָובאָרדיסקע‟ געווינט בראָנדזענעם מעדאַל

Jewish Snowboarder Wins Bronze Medal

אַריאַלה גאָלד דרייט זיך איבער אויפֿן „העפֿפּײַפּ‟ בעת איר אויפֿטריט אין די אָלֹימפּישע שפּילן אין דרום־קאָרעע
Getty Images
אַריאַלה גאָלד דרייט זיך איבער אויפֿן „העפֿפּײַפּ‟ בעת איר אויפֿטריט אין די אָלֹימפּישע שפּילן אין דרום־קאָרעע

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 15, 2018.
אַריאלה גאָלד מיט איר מעדאַל
Getty Images
אַריאלה גאָלד מיט איר מעדאַל

זי ווערט אפֿשר ניט באַטראַכט ווי די בעסטע „סנאָובאָרדיסקע‟ אויף דער וועלט אָבער קיינער קען ניט לייקענען, אַז אַריאלה גאָלד איז איינע פֿון די מוטיקסטע.

מיט פֿיר יאָר צוריק האָט די ייִדישע טאָכטער פֿון סטימבאָוט־ספּרינגס, קאָלאָראַדאָ אויסגעלענקט דעם אַקסל בײַם טרענירן צוויי טעג איידער זי האָט זיך געדאַרפֿט פֿאַרמעסטן אויפֿן „העפֿפּײַפּ‟ אין די אָלימפּישע שפּילן אין סאָטשי, רוסלאַנד. (דער „העפֿפּײַפּ איז אַ לאַנגער שנײַוועג מיט הויכע ווענט וואָס איז ענלעך אויף אַ ריזיקן רער אָפּגעשניטן אויף צוויי.) זי האָט דערפֿאַר ניט געקענט אָנטייל נעמען אין די דעמאָלטיקע אָלימפּישע שפּילן און האָט ערנסט באַטראַכט צי זי זאָל ווײַטער אָנגיין מיט איר קאַריעריע בכלל.

נאָך פֿיר יאָר פֿון רעהאַביליטאַציע און שווערע האָרעוואַניע, איז זי נאָך אַ מאָל אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן אַמעריקע אויף דער איצטיקער אָלימפּיאַדע, וואָס קומט פֿאָר אין דרום־קאָרעע. לעצטנס איז איר געלונגען צו מאַכן אַ ריי דערשטוינעדיקע קונצן פֿאָרנדיק אויפֿן „שנייברעטל‟, אַרײַנגערעכנט אַ זעלטענע 1080־דרייונג, אין וועלכער זי האָט זיך איבערגעדרייט דרײַ מאָל אין דער לופֿטן פֿאַרן לאַנדן זיך אויפֿן שניי. מע שאַצט, אַז ווייניקער ווי 20 פֿרויען אויף דער וועלט קענען מאַכן אַזאַ מאַנעווער. פֿאַר איר אויפֿטריט אויפֿן „הייפֿפּײַפּ‟ האָט זי פֿאַרדינט דעם בראָנדזענעם מעדאַל.

גאָלד, וואָס איז מיט עטלעכע יאָר צוריק געווען די וועלט־טשעמפּיאָנקע אויפֿן „העפֿפּייפּ‟, שטודירט אינעם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט און האָפֿט צו ווערן אַ וועטערינאַרין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.