ניו־יאָרקער וואַלן וועלן ניט פֿאָרקומען אום ראָש־השנה

New York Elections Won't Be Held on Rosh Hashanah

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 18, 2018.

מיט אַנדערהאַלבן חודש צוריק האָבן אַ ריי ניו־יאָרקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיט דעם, וואָס מע האָט אויסגעקליבן דעם 11טן סעפּטעמבער פֿאַרן טאָג, אין וועלכן עס וועלן פֿאָרקומען די שטאַטישע נאָמיניר־וואַלן. מע האָט איבערגעגעבן די מלוכישע אינסטאַנצן, אַז צוליב דעם וואָס ראָש־השנה פֿאַלט אויס אינעם זעלביקן טאָג, וועלן זייער אַ סך ייִדן ניט קענען שטימען.

לויט די ניו־יאָרקער וואַל־געזעצן דאַרפֿן די „פּרײַמעריס‟ פֿאָרקומען אינעם דינסטיק וואָס פֿאַלט גלײַך נאָך דעם צווייטן מאָנטיק אין נאָוועמבער. דינסטיק איז, לויט דער אַמעריקאַנער טראַדיציע, כּמעט שטענדיק דער טאָג אין וועלכן עס קומען פֿאָר די וואַלן. אַז די נאָמיניר־וואַלן זאָלן פֿאָרקומען דווקא די צווייטע וואָך סעפּטעמבער איז אָבער בלויז אַ ניו־יאָרקער טראַדיציע. במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער איז ראָש־השנה ניט אויסגעפֿאַלן אינעם זעלבן טאָג ווי די ניו־יאָרקער נאָמיניר־וואַלן.

כּדי צו דערמעגלעכן די ניו־יאָרקער ייִדן אויסצודריקן זייער שטימרעכט אָן מקריבֿ צו זײַן זייערע רעליגיעזע פּרינציפּן, האָבן דער ניו־יאָרקער סענאַט און שטאַטישע אַסעמבלעע באַשטעטיקט אַ געזעץ־פּראָיעקט איבערצורוקן דעם וואַלטאָג אויף דאָנערשטיק, דעם 13טן סעפּטעמבער. מע דערוואַרט, אַז דער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ וועט אים אין גיכן אונטערשרײַבן.

די פֿריִערדיקע דאַטע פֿונעם וואַלטאָג איז אויך געווען ניט פּאַסיק צוליב אַ צווייטער סיבה: יענע דאַטע איז די יאָרצײַט פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק קעגן די „צווילינג־טורעמס‟ אין 2001, אין וועלכן מער ווי 2,600 מענטשן זענען אומגעבראַכט געוואָרן.

צוליב דעם וואָס די „פּרײַמעריס‟ פֿאַלן אויס אַזוי אָפֿט אינעם 11טן סעפּטעמבער און צומאָל אויך אום ראָש־השנה, רעדט מען איצט אַרום די פֿראַגע, צי מע זאָל בכלל אַוועקרוקן די דאַטע אויף אַן אַנדער וואָך.