ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אַנדזשיי ביענקאָווסקי
אַנדזשיי ביענקאָווסקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 20, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אפֿשר דערפֿאַר וואָס ער איז סײַ אַן עטנאָגראַף סײַ אַ מאָלער, האָט אַנדזשיי ביענקאָווסקי באַמערקט אַז עפּעס איז מאָדנע מיטן פּויק וואָס ער האַלט אין דער האַנט. דער לעדער פֿונעם פּויק איז פֿול מיט קליינע שוואַרצע סימנים. אז מען האָט געקוקט אַ ביסל גענויער האָט מען געזען אַז די סימנים זענען אותיות. אותיות אבער נישט פֿון הי. נישט קיין לאַטײַנישע. בינקאָווסקי האָט געפֿרעגט דעם פּויקער פֿון וואַנעט שטאַמט זײַן פּויק. אַזעלעכע פּויקן, מיט אותיות אויף זיי, האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען דאָ אַ סך.

דער ענטפֿער איז געווען אַ מערקווירידיקער. נאָך דער מלחמה זענען געבליבן ווייניק קי און קעלבער אין די דערפֿער. מען האָט זיי געשאָכטן בשעת דער מלחמה. איז וווּ געפֿינט מען לעדער פֿאַר פּויקן? זײַט וויסן אַז אָן אַ פּויק איז אַ פֿאָלקס אָרקעסטער גאָר נישט ווערט. מענטשן דאַרפֿן טאַנצן אויף חתונות, בפֿרט נאָך אַ מלחמה, און קיין דיסק־דזשאָקי איז דעמאָלט נישט געווען. דאָרפֿישע מוזיקער האָבן געשפּילט און די פּויערים האָבן געטאַנצט.

דער ענטפֿער אויף דער שאלה וווּ מען האָט פֿאָרט געקאָנט געפֿינען אַ גוטן סאָרט לעדער וואָס מען קען נוצן פֿאַר מאַכן אַ פּויק איז געווען: בײַ די ייִדן. נישט סתּם בײַ די ייִדן נאָר בײַ די טויטע ייִדן. די ייִדן זענען אַוועק מיטן רויך פֿון די אויוונס אָבער זיי האָבן איבערגעלאָזט הונדערטער שילן אין אַלע שטעטלעך ווו זיי האָבן אַ מאָל געוווינט. די פּויערים האָבן געגריבלט אין די שוין האַלב חרובֿע שילן און גענומען וואָס סע לאָזט זיך. פּרוכתן, האָלץ פון דער בימה און אַזוי ווײַטער. אין די שילן האָבן זיי אויך געפֿונען ספֿר־תּורות. ספֿר־תּורות, ווי איר ווייסט, זענען אייגנטלעך נישט קיין ספֿרים נאָר מגילות געשריבן אויף פּאַרמעט, דאָס הייסט — לעדער, און דווקא אויף אַ פֿײַנעם לעדער, נישט פֿון קיין אַלטע בעק נאָר טאַקע פֿון קעלבלעך. האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז די ספֿר־תּורות זענען זייער עלאַסטיש און גיבן אַרויס אַ שיינעם קלאַנג. האָט מען געמאַכט פֿון זיי פּויקן און שוין. אַזאַ פּויק הייסט, אַגבֿ, באַראַבאַן.

וואָס מיט אַ מאָל דערצייל איך אײַך וועגן דעם ענין? צוליב אַן אינטערוויו מיט אָט דעם אַנדזשיי ביענקאָווסקי אויף די שפּאַלטן פֿון דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ”.

די סימפּאַטיע פֿאַר ייִדן איז נישט קיין נײַע זאַך אין זײַן משפּחה. זײַן טאַטע האָט געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער טאַטע איז געווען פֿאָרזיכטיק און האָט געראַטעוועט ייִדן מיט אַ נאָרדישן אויסזען ווײַל זיי האָבן געהאַט גרעסערע שאַנסן צו בלײַבן בײַם לעבן.

בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און אַן אָפּגעריסענע נאָז זענען אָבער נישט געווען גענוג. די צרה איז געווען אַז מען האָט גלײַך געקאָנט דערקענען די אימה אין די אויגן פֿון די כּלומרשט אַרישע ייִדן. האָט מען זיי געדאַרפֿט אַוועקשיקן פֿון דער שטאָט אין די וועלדער צו די פּאַרטיזאַנער. צווישן די פּאַרטיזאַנער האָבן נאָר די קאָמוניסטישע פּאַרטיזאַנער נישט דיסקרימינירט קעגן ייִדן. איז מילא, זאָל זײַן צו די קאָמוניסטישע פּאַרטיזאַנער.

אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו דער מוזיק. זינט 1980 רעקאָרדירט ביענקאָווסקי פּוילישע פֿאָלקסמוזיק. אַנטדעקט האָט ער אַז די פּוילישע פֿאָלקסמוזיק איז באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון די ייִדישע כּלי־זמרים. אין אַ סך פּוילישע פֿאָלקסטענץ ווי מאַזורקע, אָבערעק, און פּאָלקע קען מען געפֿינען ייִדישע מאָטיוון, זאָגט ער.

אַגבֿ, דאָ איז כּדאַי צו באַמערקן פֿאַר די וואָס לייענען נישט קיין פּויליש אַז אין זײַן עפּאָס „פּאַן טאַדעוש” באַשרײַבט דער נאַציאָנאַלער פּוילישער פּאָעט אַדאַם מיצקעוויטש מיט ליבשאַפֿט די ייִדישע כּלי־זמרים. הייסט עס, אַז ייִדישע כּלי־זמרים האָבן געשפּילט פֿאַר דער פּוילישער אַריסטאָקראַטיע און סתּם דאָרפֿסלײַט נאָך מיט הונדערטער יאָרן צוריק. מיצקעוויטש אַליין שטאַמט פֿון די פֿראַנקיסטן — דהײַו געשמדטע ייִדן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

פֿאַר דער מלחמה, דערציילט ביענקאָווסקי, האָבן אַ טייל פּוילישע מוזיקאַנטן געשפּילט צוזאַמען מיט ייִדישע כלי־זמרים.

די צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָפּגעשטעלט אַרום 1935. פּוילן איז געוואָרן אַ סך מער אַנטיסעמיטיש, אויך צוליב דער השפּעה פון נאַצי־דײַטשלאַנד. ביענקאָווסקי דערציילט פֿון אַ ייִדישן מוזיקער וואָס אַ פּאָליאַק, אַן אַנטיסעמיט, האָט געשלאָגן אויף אַ חתונה. האָבן די ייִדן אויפֿגעהערט צו שפּילן אין איינעם מיט די פּוילישע מוזיקאַנטן.

און וואָס איז געווען דער סוף פון די ייִדן אין זײַן שטעטל? ביענקאָווסקי דערציילט אַז פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג זענען נאָך דער מלחמה צוריקגעקומען אין שטעטל נאָר צוויי משפּחות. מע האָט זיי געגעבן אַ מאָדנעם קבלת־פּנים. די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיזאַנער וואָס זענען דעמאָלט נאָך געווען טעטיק, האָבן זיי געוואָרנט אַז זיי זאָלן וואָס גיכער פֿאַרלאָזן זייערע היימען. פּוילן הייבט אָן אַ נײַע תּקופֿה וווּ ייִדן האָבן נישט קיין אָרט.

איין ייִדישע משפּחה האָט געפֿאָלגט די עצה און איז גלײַך אַנטלאָפֿן. די צווייטע איז געבליבן. די פּאַרטיזאַנער האָבן געקוילעט טאַטע־מאַמע מיט אַלע זייערע קינדער.

און צום סוף: צוויי שורות פֿון „פּאַן טאַדעוש” אין אָנדענק פֿון די ייִדישע כּלי־זמרים וואָס האָבן געשפּילט אויף דער פּוילישער ערד, אַ ציטאַט וואָס קינד און קייט אין פּוילן קענען אויף אויסנווייניק:

Bylo cymbalistow wielu
Ale zaden z nich nie smial zagracz przy Jankielu.

און אין מײַן פֿרײַער אָבער אין תּוך געטרײַער איבערזעצונג:

„צימבאַליסטן זײַנען געווען פֿיל,
אָבער קיינער האָט נישט געשפּילט ווי יענקל, מיט געפֿיל.‟