צום ערשטן מאָל אויף „ייִדסטאָק‟ — דזשודעזמע

For the First Time at Yidstock - Ladino


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 22, 2018.

„ייִדסטאָק‟, דער יערלעכער קלעזמער־פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און ציט צו מער ווי דרײַ הונדערט באַזוכער צום דאָרפֿישן „פּיאָנערישן טאָל‟ אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס, איז שוין געוואָרן אַ חשובֿער טייל פֿונעם קלעזמער־קאַלענדאַר. אויפֿן „ייִדישן וווּדסטוק‟ האָבן במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר געשפּילט ס׳רובֿ פֿון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער. הײַיאָר וועט אויפֿן פֿעסטיוואַל אויך אויפֿטרעטן אַ באַרימטע זינגערין אויף נאָך אַ ייִדישער שפּראַך — דזשודעזמע.

שׂרה אַראָעסטע, אַ באַרימטע זינגערין פֿון לידער אויף דזשודעזמע, וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון אָריגינעלע קינדערלידער אויף דער שפּראַך פֿון אירע גריכישע און מאַקעדאָנישע אָבֿות, וועט אויפֿטרעטן בײַם „ייִדסטאָק‟ צוזאַמען מיטן ייִדישן זינגער אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל אויף אַ ספּעציעלן קאָנצערט, וואָס וועט צונויפֿבינדן די מוזיקאַלישע וועלטן פֿון ייִדיש און דזשודעזמע. אַראָעסטעס אויפֿטריט וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס מע הערט אַ דזשודעזמע־וואָרט אויף „ייִדסטאָק.‟

אַחוץ אַראָעסטעס און ראָסלס קאָנצערט וועלן אויך אויפֿטרעטן אויפֿן פֿעסטיוואַל דוד קראַקאַוער מיט זײַן קאַפּעליע, די חזנטע העטער קלײַן, די קאַפּעליע Beyond the Pail און דער רעפּ־זינגער „די־דזשיי סאָ־קאָלד‟.

„ייִדסטאָק‟ וועט פאָרקומען פֿונעם 12טן ביזן 15טן יולי. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/yidstock.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.