עופֿעלע פֿון פֿראַנצייזישן רבֿ אָפּגעבריט דורך זײַערס

Infant Daughter of French Rabbi Burned with Acid

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published February 23, 2018.

דאָס טעכטערל פֿון אַ פֿראַנצייזישן רבֿ האָט זיך אָפּגעבריט נאָך דעם וואָס עמעצער האָט אַרײַנגעלייגנט זײַערס אין איר וועגעלע. דאָס עופֿעלע, פֿון 14 חדשים, האָט געליטן פֿון ברענוווּנדן אויף די פּולקעס און אויפֿן רוקן. דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק אין דער שטאָט בראָן לעבן ליאָן. לויט אַ באַריכט אין דער צײַטונג „לע פּאַריזען‟, געפֿינט זיך דאָס מיידעלע איצט אין אַ גוטן צושטאַנד.

מע האָט, אַ פּנים, אַרײַנגעגאָסן דעם זײַערס אינעם קינדס וועגעלע, וואָס איר באָבע האָט איבערגעלאָזט אין דרויסן לעבן איר דירה, זונטיק בײַנאַכט. די באָבע האָט מאָנטיק געבראַכט דאָס קינד אין שפּיטאָל נאָך דעם וואָס זי האָט באַמערקט אַז איר אייניקלס הויט האָט זיך שטאַרק צערייצט. צו יענער צײַט איז זי נאָר וואָס צוריקגעקומען פֿון אַ שפּאַציר מיטן קינד, וואָס איז געזעסן אינעם וועגעלע.

די פּאָליציי פֿאָרשט איצט אויס, צי דער אינצידענט איז געווען אַן אַנטיסעמיטישער. מע האָט איבערגעגעבן דאָס וועגעלע דער פּאָליציי ווי אַ טייל פֿון דער אויספֿאָרשונג.