איראַנער גר פּראַוועט פֿרײַהייט אין אַמעריקע

Iranian Jew By Choice Celebrates Freedom in the US

דער פּוילישער צווינטער אין טעהעראַן וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון אַ סך ייִדן, אַראַמער, אַראַמענער און קריסטן
דער פּוילישער צווינטער אין טעהעראַן וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון אַ סך ייִדן, אַראַמער, אַראַמענער און קריסטן

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published February 25, 2018.
וויליאַם מערוואַרז
וויליאַם מערוואַרז

אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע יונגע טוריסטן אין איראַן וואָס באַזוכן בלויז מעטשעטן און וואַקאַציע־ערטער אין זייער אייגן לאַנד, איז וויליאַם מערוואַרז, אין 2016, גאָר געפֿאָרן קיין קראָקע, פּוילן. מערוואַרז איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכער איראַנער. אַ זון פֿון אַ מוסולמענישער משפּחה היט ער זינט פֿופֿצן יאָר אַלט אַ וועגעטאַרישע דיעטע כּדי נישט עובֿר צו זײַן הילכת־כּשרות.

גיי ווייס אַז אוישוויץ, וואָס געפֿינט זיך 42 מײַל פֿון קראָקע, וועט אים גאָר דינען ווי אַ מיטל אין גאַנצן צו אַנטלויפֿן פֿון איראַן. געקומען קיין קראָקע איז ער ווי אַ טייל פֿון אַ דעלעגאַציע אָרגאַניזירט פֿונעם AIESEC, דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרבאַנד פֿון סטודענטן פֿון וויסנשאַפֿט, עקאָנאָמיק און געשעפֿט‟. ווי אַ וואָלונטיר פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָט ער געהאָפֿט אַז אין פּוילן וועט ער קענען פֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם דײַטשן גענאָציד פֿון די ייִדן — אַן ענין וואָס ער האָט שוין לאַנג געוואָלט שטודירן, בפֿרט נאָך דעם ווי דער געוועזענער איראַנער פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד האָט דערקלערט אַז ס׳איז בכלל נישט געשען.

„מײַן אינטערעס צו די ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן אין די קינדעריאָרן ווען אַן אַרמעניש־קריסטלעכער חבֿר האָט מיר דערציילט וואָס דאָס איז דער ביבל,‟ האָט מערוואַרז געזאָגט, עסנדיק מיטאָג אין אַ כומוס־רעסטאָראַן אין מאַנהעטן. „מוסולמענער טאָרן נישט לייענען דעם קריסטלעכן אָדער ייִדישן ביבל אָבער די אַרמענער דערלויבט מען עס יאָ. הערנדיק אַז די תּורה איז כּמעט 2,000 יאָר עלטער ווי דער קאָראַן האָט דערוועקט בײַ מיר אַ חשק זיך צו דערוויסן מער וועגן דעם מקור פֿון די גרעסטע רעליגיעס אין דער וועלט.‟

מערוואַרז האָט חתונה געהאַט מיט אַ מוסולמעניש מיידל אין טעהעראַן מיט וועמען ער האָט זיך באַקענט דורך AIESEC. כאָטש פֿאַרידאַ (נישט איר אמתער נאָמען) האָט נישט פֿאַרשטאַנען זײַן אינטערעס צו ייִדישקייט האָט זי עס שטילערהייט אָנגענומען ווי אַ טייל פֿון זײַן אידענטיטעט און איז געווען איינער פֿון די איינציקע מענטשן אין איראַן וואָס האָבן געוווּסט אַז ער רופֿט זיך איצט „וויליאַם‟ (לכּבֿוד וויליאַם שייקספּיר) אַנשטאָט זײַן איראַנישן נאָמען.

„זי קומט פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער משפּחה און כאָטש זי דעקט צו דעם קאָפּ און דריקט נישט קיין מענער די האַנט, האָט זי אַ שטאַרקן אינטעלעקט און ליבשאַפֿט פֿאַר דער סעקולערער קולטור,‟ האָט מערוואַרז געזאָגט. „מיר האָבן דעמאָלט געגלייבט אַז מיר וועלן קענען לעבן בשלום און אויף אַ העכערער פֿילאָסאָפֿישער מדרגה, נישט געקוקט אויף די אַנדערשקייטן.‟

פֿופֿצן חדשים נאָך זײַן עמיגרירן קיין ניו־יאָרק גרייט זיך מערוואַרז איצט זיך צו באַטייליקן אין אַ פּורים־שפּיל אָרגאַניזירט פֿון אַן עגאַליטאַרישער שיל אין דרום־מאַנהעטן. דאָס וועט זײַן דאָס צווייטע מאָל וואָס ער פּראַוועט פּורים אין אַמעריקע און דאָס פֿערטע מאָל וואָס ער פּראַוועט עס בכלל. אין 2014 און 2015 האָט ער געהערט לייענען די מגילה אין איראַן, בײַ „אסתּר און מרדכיס קבֿר‟ — אַ הייליק אָרט אין דער כאַמאַדאַנער פּראָווינץ וווּ ייִדן פֿאָרן אויף קבֿר־אָבֿות, וואָס בלויז ייִדן מעגן אַהין פֿאָרן. אָנקומענדיק אַהין האָט מערוואַרז אָנגעטאָן אַ יאַרמלקע און זיך פֿאָרגעשטעלט, ניצנדיק אַן אויסגעטראַכטן איראַניש־ייִדישן משפּחה־נאָמען.

דער „קבֿר פֿון אסתּר און מרדכי‟ אין כאַמאַדאַן, איראַן
Wikimedia Commons
דער „קבֿר פֿון אסתּר און מרדכי‟ אין כאַמאַדאַן, איראַן
די שיל אין איראַן וווּ מערוואַרז פֿלעג דאַווענען
די שיל אין איראַן וווּ מערוואַרז פֿלעג דאַווענען

„די מעשׂה פֿון פּורים האָט מיר געוויזן אַז אַ מאָל דאַרף מען געוויסע זאַכן מקריבֿ זײַן,‟ האָט ער געזאָגט. „האָב איך אָנגעהויבן קלערן וועגן מײַן צוקונפֿט: אויב איך בלײַב אין איראַן, וואָס וועל איך מוזן פֿאַרלאָזן? מײַן משפּחה, מײַן דערציִונג, מײַנע פֿרײַנד? אָדער מײַן ייִדישקייט?‟

לכתּחילה האָבן פֿאַרידע און עטלעכע קוזינען געשטיצט זײַן גײַסטיקע רײַזע. זיי האָבן געפּרוּווט פֿאַרשטיין זײַן ליבשאַפֿט צו אַ רעליגיע און שפּראַך וואָס האָבן זיי אויסגעזען עסאָטעריש אָבער פֿאַרכאַפּנדיק. „אין אָנהייב האָט פֿאַרידע ספּעציעל טאָלערירט מײַן צינדן שבת־ליכט און עד־היום דאַנק איך איר דערפֿאַר.‟

נאָך דער קאָנפֿערענץ אין קראָקע זענען זײַנע באַציִונגען מיט דער משפּחה אָבער געוואָרן מער אָנגעשטרענגט. פֿאַרידע האָט זיך נישט אַקעגנגעשטעלט זײַן קויפֿן אַ יאַרמלקע, חנוכּה־לאָמפּ און שבת־ליכט. זיי האָבן אָבער נישט געוווּסט ווי צו דערקלערן זייערע געסט וועגן די לשון־קודשדיקע ספֿרים און דעם מגן־דוד וואָס געפֿינען זיך בײַ זיי אין שטוב.

זיי האָבן זיך אויך געזאָרגט, וואָס וועט זײַן ווען זיי האָבן קינדער. זיי האָבן געהאָפֿט צו עמיגרירן אין אַ לאַנד וווּ פֿאַרידע וועט קענען פֿירן אַ סעקולערן לעבן־שטייגער און וויליאַם — אַ ייִדישן. די קינדער וואָלטן דערצויגן געוואָרן ווי ייִדן. אָבער וואָס פֿאַר אַ ייִדיש לעבן וועלן זיי האָבן אויב סײַ דער מוסולמענישער גלויבן, סײַ דער ייִדישער, באַצייכנט זיי ווי מוסולמענער?

און דערנאָך האָט פֿאַרידע געמפּלט און דאָס האָט נאָך מער אָנגעשטרענגט זייער זיווג־לעבן. זי האָט באַשולדיקט זײַנע פֿינעף קעץ אינעם אומגליק און ער האָט באַשולדיקט איר טרינקען אַלקאָהאָל. (ווי די טאָכטער פֿון אַ דיפּלאָמאַט האָט זי זיך דערלויבט אַרײַנצוברענגען אַלקאָהאָל פֿון איטאַליע קיין איראַן.)

איין מאָל, פּונקט ווען דאָס פּאָרל איז געפֿאָרן צו גאַסט צו פֿאַרידעס שוועסטער האָבן וויליאַם און פֿאַרידע זיך אַזוי שטאַרק געקריגט אַז פֿאַרידע האָט פּראָסט און פּשוט אים געמסרט צו איר מאַמע און שוועסטער: „ער איז נישט אַפֿילו קיין מוסולמענער!‟

„אינשאַלאַ! מיר וועלן דיך שוין אַרײַנזעצן אין תּפֿיסה!‟ האָט איר מאַמע אים געדראָט. „און מע וועט דיך אויפֿהענגען אויך!‟

„שמוציקער ייִד, וואָס דו ביסט!‟ האָט פֿאַרידעס שוועסטער געשריגן. פֿאַרידעס מאַמע און שוועסטער האָבן קאָנפֿיסקירט מערוואַזס מאָבילקע און אים פֿאַרשלאָסן אין פֿאַרידעס אַמאָליקן שלאָפֿצימער.

זיצנדיק אין צימער האָט ער נישט געוווּסט וואָס צו טאָן. „וואָס וועט איצט ווערן פֿון מײַן בילדונג, מײַן הויז, מײַן אויטאָ? און וואָס וועט זײַן מיט מײַנע קעץ?!‟

פֿאַרידעס מאַמע האָט געקלונגען מערוואַרזס עלטערן. פֿינעף אַ זייגער פֿאַרטאָג האָבן זיי זיך באַוויזן און פֿאַרידעס שוועסטער האָט געעפֿנט פֿאַר זיי די טיר. „כ׳האָב גלײַך אַרויסגעכאַפּט מײַן מאָבילקע פֿון אירע הענט און אַרויסגעלאָפֿן,‟ האָט מערוואַרז געזאָגט.

ער איז תּיכּף אַרײַן אין זײַן אויטאָ און אַוועקגעפֿאָרן. ער האָט געשיקט אַ טעקסטל זײַן ברודער, אַז ער פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד און אַז ער זאָל קומען אָפּנעמען זײַן אויטאָ און שליסל. מערוואַרז איז אָפּגעפֿאָרן מיטן אויטאָבוס קיין אַרמעניע, און זעקס וואָכן שפּעטער — קיין גרוזיע, וווּ ער האָט באַקומען אַן אַמעריקאַנער טוריסטן־וויזע. דעם 9טן נאָוועמבער איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק.

אָבער וואָס טוט מען וועגן אַ גט? פּונקט ווי בײַם ייִדישן דין פֿאָדערט איסלאַם אַז בלויז דער מאַן קען אָנגעבן אויף אַ גט. האָבנדיק אַנטלאָפֿן פֿון איראַן קען ער זיך מער נישט באַווײַזן פֿאַר אַ טעהעראַנער געריכט דאָס צו טאָן. און אויב די פֿרוי באַשולדיקט איר מאַן אין פֿאַרלאָזן זי, דאַרף מען וואַרטן צווישן זעקס און נײַן חדשים. פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב זי באַשולדיקט אים אין „שמד‟, דאַרף ער בכלל נישט זײַן דערבײַ און אַזוי קומט דער גט אַ סך גיכער.

עד־היום ווייסט מערוואַרז נישט וואָס צו שרײַבן אויף די אַמעריקאַנער פֿאָרמולאַרן וואָס פֿרעגן אים צי ער איז אַ חתונה געהאַטער צי נישט.

דערווײַל האָט וויליאַם מערוואַרז דאָ אין אַמעריקע אַ „צײַטווײַליק באַשיצטן‟ סטאַטוס און קען אַ דאַנק דעם נישט דעפּאָרטירט ווערן. ער וויל קריגן אַ פּערמאַנענטן סטאַטוס און זײַן אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע קלינגט ווי אַזאַ וואָס אַן אידעאַליסטישער אַדוואָקאַט וואָלט גערן טאָן אָן באַצאָלטס „לשם שמיים‟. דערווײַל האָט ער אָבער קיינעם נישט געפֿונען; מסתּמא ווײַל אין דער טראָמפּ־תּקופֿה ווייסן די אַדוואָקאַטן אַז זייערע שאַנסן פֿון געווינען אַן אימיגראַציע־ענין זענען זייער שמאָל.

מערוואַרז גיט זיך אָבער נישט אונטער. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט ער געהאָרעוועט ווי אַן אַרבעטער אין אַ רעסטאָראַן אין מאַנהעטן, און איצט האָט ער גענוג געלט צו שטודירן אין קאָלומביע, כאָטש בלויז אויף איין קלאַס מיט אַ מאָל.

די גוטע נײַעס איז, ער דאַרף מער נישט נעכטיקן בײַ פֿרײַנד אָדער אין אַ האַרבעריק פֿאַר היימלאָזע, ווײַל די טעג טיילט ער זיך מיט אַנדערע מיטוווינער אַ קליינע דירה אין טשעלסי, דרום־מאַנהעטן. די מתפּללים פֿון זײַן שיל פֿאַרבעטן אים אָפֿט אויף שבת־מאָלצײַטן און ער האָט שוין אָנגעהויבן דעם פֿאָרמעלן גיור־פּראָצעס בײַ אַ קאָנסערוואַטיוון ראַבינער. שפּעטער האָפֿט ער דורכצומאַכן אַן אָרטאָדאָקסישן גיור.

דערווײַל בלײַבט ער אָפּטימיסטיש אַז ער וועט אַ מאָל זיך קענען אויסלעבן ווי אַ פֿרומער ייִד, אַז ער וועט גראַדויִרן פֿון אוניווערסיטעט, אַרבעטן ווי אַן אַדוואָקאַט פֿאַר מענטשנרעכט־ענינים און דערציִען ייִדישע קינדער.

צוריקפֿאָרן קיין איראַן וויל ער בכלל נישט, סײַדן די רעגירונג קען גאַראַנטירן אַז ער וועט נישט זײַן אין אַ סכּנה. „איך וואָלט שטאַרק געוואָלט ווידער באַזוכן דעם קבֿר אין כאַמאַדאַן,‟ האָט ער געזאָגט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן אָרט וווּ איראַנישע ייִדן גייען זיך אויסצוּוויינען און תּפֿילה טאָן. „איך וויל דאָרט אַרײַנשטעקן אַ קוויטל אין דער וואַנט, פּונקט ווי איך וועל נאָך אַמאָל טאָן ווען איך וועל, אם ירצה השם, אָנקומען צום כּותל־מערבֿי.‟