זילבערנע מטבעות און דער גאָלדענער קאַלב

Silver Coins And the Golden Calf

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 01, 2018.

במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן האָבן מיר געלייענט, ווי אַזוי אַלע ייִדן האָבן זיך בשותּפֿות באַטייליקט אינעם אויפֿשטעלן דעם הייליקן מישכּן. די גאַנצע קאָנסטרוקציע פֿונעם דאָזיקן אָרט איז מרמז אויפֿן מענטשלעכן אַחדות; די בגדים פֿון כּהנים בעת זייער עבֿודה ווײַזן אָן אויפֿן בכּבֿודיקן אָרט פֿונעם מענטש אין דער וועלט, געשאַפֿן בצלם־אלוקים.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט ווײַטער אַנטוויקלט די זעלבע טעמע. דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען בײַ יעדן ייִד מחצית־השקל – נישט אַ גאַנצע, נאָר דווקא אַ האַלבע זילבערנע מטבע, וואָס סימבאָליזירט דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק. אַ געוויסער קינסטלעריש באַגאַבטער ייִד פֿונעם שבֿט יהודה, בצלאל בן אורי, האָט אָנגעפֿירט מיטן בויען, אָבער אָן דער באַטייליקונג פֿון אַלע ייִדן אין דער מלאכת־המישכּן וואָלט זיך דאָרטן נישט געקאָנט אַנטפּלעקן די הייליקע שכינה.

ווײַטער דערציילט אונדז די תּורה, אַז דער רבונו־של־עולם האָט געגעבן משה רבינו די לוחות מיט די צען געבאָט אויפֿן באַרג סיני. אַנשטאָט זיך צו דערוואַרטן ביז משה קומט אַראָפּ, האָבן אַ טייל ייִדן געבעטן אַהרן הכּהן צו שאַפֿן פֿאַר זיי אַ גאָלדענע צורה, וואָס זאָל דינען ווי אַ נײַער מנהיג. אַהרן האָט געהייסן צו זאַמלען בײַ די פֿרויען זייערע גאָלדענע באַצירונגען און געמאַכט פֿון זיי אַן „עגל מסכה‟, אַ פֿיגור פֿון אַ קעלבל. דער עולם האָט עס אָנגעהויבן דינען ווי אַן אָפּגאָט, וועלכער האָט זיי, כּלומרשט, באַפֿרײַט פֿון מצרים.

ווען משה רבינו איז אַראָפּ פֿונעם באַרג, האָט ער דערזען, אַז ייִדן בוקן זיך אַרום דער עבֿודה־זרה און ברענגען קרבנות צום גאָלדענעם קאַלב. פֿאַר דער דאָזיקער עבֿירה האָט דער אייבערשטער געוואָלט פֿאַרניכטן דאָס גאַנצע פֿאָלק. משה האָט צעשטערט דעם געץ און אויסגעבעטן בײַם רבונו־של־עולם רחמנות צו האָבן אויף די ייִדן.

דער אינצידענט האָט אָבער געבראַכט אַ גרויסן היזק. ייִדן זענען שטאַרק געפֿאַלן פֿון דער הויכער מדרגה, וואָס זיי האָבן דערגרייכט נאָך דער מתּן־תּורה. ביז משיחס צײַטן וועלן זיי נישט קענען זי ווידער דערגרייכן. אַפֿילו די צווייטע לוחות, וועלכע משה רבינו האָט שפּעטער באַקומען, זענען נישט געווען אַ קאָפּיע פֿון די ערשטע, נאָר אַן אָפּשפּיגלונג פֿון מער נידעריקע גײַסטיקע וועלטן.

ווי אַזוי האָט אַהרן, משה רבינוס ברודער און אַליין אַ גרויסער נבֿיא, זיך דערוועגט צו באַגיין אַזאַ גרויסע עבֿירה – צו באַזײַטיקן דעם אמתן באַשעפֿער און זײַן לעבעדיקן נבֿיא מיט אַ טויטן אָפּגאָט? אַ גוטן תּירוץ געפֿינען מיר אין ספֿרי־חסידות און בײַ רבי יהונתן אייבעשיץ. הגם דער דאָזיקער קלאַסישער מפֿרש האָט נישט געהאַט, אויף וויפֿל מע ווייסט, קיין קאָנטאַקט מיט זײַן גרויסן מיטצײַטלער רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ, קלינגען זײַנע פּירושים און דרשות נאָענט צו די חסידישע.

אַהרן הכּהן און ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם קולט פֿונעם גאָלדענעם קאַלב האָבן נישט געהאַט אין זינען קיין עכטע עבֿודה־זרה. ווי עס שטייט אין תּנ״ך, האָט יחזקאל־הנבֿיא דערזען אינעם הימל פֿיר חיות־הקודש – געטלעכע כּוחות, וואָס האָבן אין זײַן וויזיע געהאַט פּנימער פֿון אַן אָקס, אַן אָדלער, אַ לייב און אַ מענטש. יעדע פֿון די דאָזיקע פֿיר צורות רעפּרעזענטירט אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם. עס טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס דינען דעם באַשעפֿער, ווי אַן אָדלער, מיט זייער מידת־הזריזות, גיכקייט און ענערגיע. אַ טייל אַנדערע, אַזוי ווי אַ לייב, ווײַזן אַרויס אַ גרויסע גבֿורה און מסירת־נפֿש. דאָס מענטשלעכע פּנים רעפּרעזענטירט די השׂגות אין רוחניות. משה רבינו האָט געהאָפֿט, אַז אָט־די מענטשלעכע צורה וועט ווײַטער דינען זײַן פֿאָלק ווי אַן אָריענטיר.

ווען משה האָט זיך נישט אומגעקערט פֿונעם באַרג נאָכן 40־טאָגיקן תּענית, האָבן אַ טייל ייִדן באַשלאָסן, אַז אַזאַ דרך־עבֿודה איז פֿאַר זיי צו הויך. אין דער הייליקער מרכּבֿה איז דאָך פֿאַראַן נאָך אַ חיה – דער אָקס, וואָס רעפּרעזענטירט דעם פּשוטן מענטש. אַ בעל־הבתּישער פֿרומער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לעבט על־פּי הלכה, איז דאָך אויך אַן עובֿד־השם. פֿאַרוואָס זאָל מען שטרעבן נאָכצומאַכן משה רבינו, מיט זײַנע איבערמענטשלעכע נבֿיאישע דרכים, אויב מע קאָן פֿירן אַ פּשוט לעבן? דעם־אָ געדאַנק האָבן זיי געוואָלט אויסדריקן אינעם גאָלדענעם קאַלב.

געוויסע יחידים האָבן אָבער טאַקע אָנגעהויבן דינען דעם עגל־הזהבֿ ווי אַן אָפּגאָט. דאָס גאַנצע פֿאָלק איז באַשטראָפֿט געוואָרן און געליטן אַ גרויסע גײַסטיקע מפּלה, ווײַל אין זייער געדאַנק האָט לכתּחילה געשטעקט אַ גרויסער טעות. ס׳איז טאַקע אמת, אַז פֿאַרן רבונו־של־עולם איז די עבֿודה פֿון אַ פּשוטן מענטש טײַער ווי גאָלד. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מע דאַרף זיך פֿירן ווי אַ בהמה. דער בעל־שם־טובֿ האָט הויך געשאַצט די פּראָסטע עם־הארצים, ווײַל הינטער דעם שאָלעכץ פֿון זייער פּראָסטקייט האָט ער אײַנגעזען טיף מענטשלעכע, דערהויבענע כּוונות. גאָר אַן אַנדער זאַך איז, ווען מע היט אָפּ די מיצוות אויף אַ פֿאַרגליווערטן, מעכאַנישן אופֿן, און דערצו באַטראַכט מען אַזאַ וועג ווי אַן אידעאַל. מע קאָן, נעבעך, ווערן ממש אַ בהמה און פֿאַרוואַנדלען די תּורה אַליין, חס־וחלילה, אין אַ טויטן שטיינערנעם געץ.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז עמעצער קאָן זיך האַלטן פֿאַר אַ גרויסן חכם און טאַקע קענען אַ סך ספֿרי־קודש און וועלטלעכע חכמות, אָבער למעשׂה זײַן אַ „חמור נושׂא ספֿרים‟ – אַ געלערנטע בהמה. אַן עכטער מענטש און אַן אמתער חכם האָט יעדן איינעם ליב און ווייסט, אַז דער גרעסטער עם־הארץ קאָן זײַן אַ מוסטער פֿון מענטשלעכקייט און לעבנס־חכמה.

די חז״ל באַטאָנען, אַז די שאַפֿער פֿונעם גאָלדענעם קאַלב האָבן געזאַמלט די גאָלדענע באַצירונגען בײַ די פֿרויען בגוואַלד, אַרויסרײַסנדיק די רינגלעך פֿון זייערע אויערן. אַ געוויסער ענין קאָן אויסזען, אויפֿן ערשטן בליק, ווי אַן אויסדרוק פֿון אַחדות; אויב מע קוקט זיך גוט אַרײַן, באַמערקט מען, אַז אין דער אמתן שטעקט דערין אַ געפֿערלעכע עוולה. אין פֿאַרגלײַך מיט משה רבינוס קליינע זילבערנע מטבעלעך, האָט זיך די שאַפֿער פֿונעם עגל־הזהבֿ אײַנגעגעבן צו זאַמלען אַ ריזיקן סכום גאָלד – אַ גרויסע דערגרייכונג, לכל־הפּחות בגשמיות. ווי געזאָגט, איז זייער כּוונה געווען אַפֿילו לכתּחילה לשם־שמים. ווי באַלד מע האָט אויסגעקליבן דעם בהמישן דרך־עבֿודה ווי אַ מוסטער, האָט זיך באַקומען אַ פֿאַלשער מין שותּפֿות, אויסגעמישט ווי אומיושר, גוואַלד און געצן־דינערײַ.

די מיצרים האָבן געשאַפֿן פּרעכטיקע ריזיקע פּיראַמידן, וואָס פֿאַרחידושן נאָך הײַנט טוריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט, הגם די מיצרישע געזעלשאַפֿט, דער וואָרצל פֿון דער דאָזיקער פּראַכט, איז געווען באַגרינדעט אויף שקלאַפֿערײַ. אונטער דער מיצרישער מאַטעריאַליסטישער השפּעה, האָבן אַ טייל געוועזענע שקלאַפֿן באַשלאָסן, אַז אַ ריזיקער שטיק גאָלד קאָן רעפּרעזענטירן דעם אייבערשטן בעסער, ווי אַ לעבעדיקער נבֿיא.

צום באַדויערן, ווערט דער זעלבער טעות צומאָל איבערגעחזרט אויף מילדערע, אָבער אומאָנגענעמע אופֿנים. למשל, אין אַ ריי שטעט אַרום דער וועלט שטייען ריזיקע, טײַערע, אָבער ליידיקע ייִדישע קהילה־צענטערס. מען לייגט אַרײַן ריזיקע סומעס אין אַזעלכע פּראָיעקטן. מע וואָלט דאָך געקאָנט מיטן זעלבן געלט באַזאָרגן קאָנקרעטע באַדערפֿענישן פֿון לעבעדיקע מענטשן. ווי אַזוי קאָן אַ ליידיקער בנין דינען ווי אַ סימן פֿון קהילה־לעבן?

אין אונדזער פּרשה שפּירט זיך אַ שאַרפֿער קאָנטראַסט צווישן צוויי היפּוכדיקע ציבור־ענינים. דאָס זילבער ווערט אין אונדזער טראַדיציע אַסאָציִיִרט מיט חסד, און דאָס גאָלד – מיט גבֿורה. דווקא זילבער, ווי אַ שיינער, אָבער אַ מער באַשיידענער און פּראַקטישער מאַטעריאַל, ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער מידת־החסד.

דער ענין פֿון מחצית־השקל דערמאָנט אונדז, אַז ווען אַ מענטש איז עלנט, בלײַבט ער אַ צעבראָכענער. דאָס מענטשלעכע לעבן ווערט דערגאַנצט אינעם צוזאַמענלעבן און קאָאָפּעראַציע מיט אַנדערע מענטשן. נאָר אַ פּאָרפֿאָלק קאָן האָבן קינדער; דער דאָזיקער פּשוטער פֿאַקט ווײַזט קלאָר, אַז יעדער מענטש נייטיקט זיך אין אַ צווייטן. נישט גאָלד, נאָר אַ לעבעדיקער מענטשלעכער ציבור קאָן דורך דער בשותּפֿותדיקער עבֿודה אַנטפּלעקן רוחניות און ליכט אין דער וועלט.