די אַרכיטעקטור פֿון די שילן אין װאָלין

The Architecture of Jewish Synagogues in Volhynia


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 04, 2018.

„שילן אין אוקראַיִנע: וואָלין‟
פֿון סערגיי קראַווצאָוו און וולאַדימיר לעווין
„צענטער פֿאַר ייִדישער קונסט‟ בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט, 2017

במשך פֿון דער געשיכטע איז װאָלין געװען דאָס סאַמע האַרץ פֿונעם פּױליש־רוסיש־אוקראַיִנער ייִדנטום. דובנע, אָסטרע, קרעמעניץ און זװיל האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָרן געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, און דעם צעטראַלן אָרט אינעם ייִדישן לעבן האָט פֿאַרנומען די שיל. די נײַע צװײ־בענדיקע אילוסטרירטע אױסגאַבע „שילן אין װאָלין” איז אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדישע פֿאָרשונג פֿון די דאָזיקע קולטור־היסטאָרישע אוצרות. דאָס בוך איז אַרױס אונטער דער רעדאַקציע פֿון סערגײ קראַװצאָװ און װלאַדימיר לעװין בײַם „צענטער פֿאַר ייִדישער קונסט בײַ דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים.

אין 23 היסטאָרישע קאַפּיטלען באַשרײַבן די מחברים אין פּרטים די שילן אין די װיכטיקסטע װאָלינער קהילות. דערבײַ פֿאָקוסירן זײ זיך דװקא אױף די יחידישע היסטאָרישע אײגנשאַפֿטן פֿון יעדער קהילה און ניט אױף די אַלגעמײנע ברײטערע טענדענצן פֿון עקאָנאָמישער, קולטורעלער און פּאָליטישער אַנטװיקלונג. זײ גיבן ספּעציאַליזירטע אַרכיטעקטורישע באַשרײַבונגען פֿון די גרױסע קהלישע שילן װי אױך קלענערע שילעכלעך און בתּי־מדרשים, באַגלײט מיט היסאָטרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס, בילדער און בעל־פּהיקע גבֿית־עדותן. זײ רעקאָנסטויִרן, װי װײַט עס איז מעגלעך, די חרובֿ־געמאַכטע שילן אױפֿן סמך פֿון היסטאָרישע מקורים.

די שילן זײַנען אָבער געװען מער װי סתּם געבײַדעס; זײ האָבן פֿאַרקערפּערט כּלערלײ קולטורעלע באַטײַטן, פֿאַר ייִדן און פֿאַר די שכנישע אומות. אַזױ אַרום איז דאָס בוך כּולל אױך די לעגענדעס און מעשׂיות פֿאַרבונדן מיט די װאָלינער שילן. אין דעם אַרײַנפֿיר באַהאַנדלען די מחברים די לעגאַלע געשיכטע פֿון די װאָלינער שילן, זײער אַרכיטעקטור און די סאָציאַלע פֿונקציע פֿון די חפֿצים, װאָס געפֿינען זיך אינעווייניק.

דאָס בױען די גרױסע שילן, װאָס מען האָט גערופֿן אױף לשון־קודש „בית־כּנסת הגדול” איז כּסדר געװען פֿאַרבונדן מיטן משׂא־ומתן צװישן דער ייִדישער קהילה, דעם פּױלישן קעניג, דער קאַטױלישער קירך און דעם אָרטיקן שטאָט־מאַגיסטראַט. אין לוצק, למשל, האָט דער קעניג באַשטעטיקט דאָס רעכט פֿון ייִדן צו בױען אַ גרױסע שיל בתּנאי, אַז די געבײַדע װעט זײַן שטאַרק און װעט קאָנען דינען װי אַ פֿעסטונג פֿאַר פֿאַרטײדיקן די שטאָט בשעת דער מלחמה. אָבער דערבײַ האָט די שיל ניט געטאָרט זײַן העכער פֿאַרן קריסטלעכן קלױסטער. כּסדר אָבער האָבן די קעניגן און פּױלישע פּריצים, װאָס זײַנען געװען די בעלי־בתּים איבער פּריװאַטע שטעט, פֿאַרטײדיקט ייִדן פֿון די טענות מצד גלחים און מאָנאַכן. די סיבה דערפֿון איז געװען אַ פּראַקטישע, װײַל ייִדן האָבן געבראַכט רװח.

חוץ גרױסע קהלישע שילן האָבן אין די שטעט און שטעטלעך פֿונקציאָנירט קלענערע שילעכלעך, בתּי־מדרשים, פּריװאַטע קלױזן און חסידישע שטיבלעך. זײער צאָל האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן אין משך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. סך־הכּל זײַנען אין דער װאָלינער גובערניע געװען, לױט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, אַרום 500 מנינים מיט פֿאַררעגיסטרירטע געבײַדעס. אָבער אין 1867 האָט די רוסישע מלוכה זיך גענומען פֿאַר רעװידירן די שילן, און געהײסן צו פֿאַרמאַכן דאָס רובֿ פֿון זײ, בפֿרט די חסידישע שטיבלעך. אָבער װי עס קומט אָפֿט פֿאָר אין רוסלאַנד, איז די דאָזיקע גזירה ניט מקוים געװאָרן, און האָט ניט אָפּגעשטעלט די פֿאַרשפּרײטונג פֿון חסידות.

נאָכן אױפֿקום פֿון דער פּױלישער רעפּובליק איז מערבֿ־װאָלין אַרײַן אין פּױלן. דעמאָלט האָבן די גרױסע שילן אױפֿגעהערט צו דינען װי די צענטערס פֿונעם אָרטיקן ייִדישן לעבן, װײַל עס זײַנען אַנטשטאַנען אַ היפּשע צאָל פֿאַרשידענע װעלטלעכע ייִדישע אַנשטאַלטן. אינעם מיזרחדיקן טײל פֿון װאָלין, װאָס איז געװאָרן סאָװעטיש, האָט די סאָװעטישע מאַכט גענומען פֿאַרמאַכן די שילן סוף־1920ער יאָרן. מען האָט זײ איבערגעמאַכט אין סאָװעטישע קלובן, טעאַטער־זאַלן און לעראַנשטאַלטן, און עד־היום װערן זײ גענוצט פֿאַר די דאָזיקע צילן. אַ טײל שילן זײַנען חרובֿ געװאָרן בעתן חורבן.

גלײַך נאָך דער מלחמה האָבן די לעבן געבליבענע ייִדן צוריק באַקומען עטלעכע געבײַדעס, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי האָט די סאָװעטישע מאַכט פֿאַרמאַכט אין 1948־1949. אין די 1960ער איז אין װאָלין געבליבן אָפֿן בלױז אײן שיל — אין סלאַװיטע, אָבער אין 1971 האָט די מאַכט דערלױבט צו עפֿענען נאָך אײן שיל אין זשיטאָמיר. נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַבאַנד האָט די אוקראַיִנער רעגירונג אומגעקערט אײניקע געבײַדעס צו די ייִדישע קהילות, הגם צו יענער צײַט האָט אַ היפּשע צאָל ייִדן שוין געהאַט עמיגרירט פֿון אוקראַיִנע. הײַנט שטײען בראָש פֿון אײניקע קהילות רבנים פֿון חב״ד, װאָס האָט באמת ניט קײן װאָרצלען אין װאָלין.

די עלטסטע שילן װי, למשל, אין אַלט־קאָנסטאַנטין, שטאַמען פֿונעם סוף־16טן אָדער אָנהײב 17טן יאָרהונדערט. זײ זײַנען געבױט געװאָרן אינעם גאָטישן סטיל ענלעך צו די קריסטלעכע קלױסטערס בשכנות. אױף אַזאַ אופֿן האָבן סײַ ייִדן סײַ קריסטן באַטאָנט זײער אײַנגעװאָרצלטקײט אין דער געגנט. דער אױפֿבלי פֿון דער שיל־בױונג איז געװען אינעם 17טן יאָרהונדערט. פֿון יענער צײַט שטאַמען די מאָנומענטאַלע בנינים מיט דער פֿירעקיקער בימה אין מיטן, מיט פֿיר קאָלאָנעס װאָס שטיצן דעם דאַך װי, למשל, אין לוצק און אין אָסטרע.

אינעם 18טן יאָרהונדערט װערט דער צעטנראַלער טײל פֿונעם בנין גרעסער און העכער, לױטן שטײגער פֿון דער גרױסער שיל אין בראָד. די „גאָלדענע תּקופֿה” פֿון גרױסע שילן אין װאָלין האָט זיך געענדיקט אינעם 19טן יאָרהונדערט, װען אַלע װיכטיקע קהילות האָבן שױן געהאַט אייגענע געבײַדעס. אַ באַזונדערער פּרק אין דער ייִדישער אַרכיטעקטור זײַנען די הילצערנע שילן, װאָס זײַנען אַלע צעשטערט געװאָרן אין די חורבנות פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. „שילן אין װאָלין” איז אַ יוצא־במינודיקע פֿאָרשונג מיט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון דער ייִדישער שיל־אַרכיטעקטור.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.