די היימישקייט פֿונעם חודש ניסן

The Earthy Quality of the Month of Nissan

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 08, 2018.

מיט דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה שליסט זיך דער חומש „שמות‟, ווי אויך דער ווינטער־פּעריאָד פֿונעם ייִדישן יאָר. הגם מיר הייבן אָן זאָגן דעם זומערדיקן נוסח „מוריד הטל‟ אין שמונה־עשׂרה ערשט אין דרײַ וואָכן אַרום, דעם ערשטן טאָג פּסח בײַם מוסף, בענטשן מיר שוין דעם קומענדיקן פֿרילינג־חודש ניסן.

אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דער סדרה, „ויקהל‟, ווערט פּרטימדיק דערציילט, ווי ייִדן האָבן מנדבֿ געווען אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן פֿאַרן מישכּן. אינעם צווייטן טייל, „פּקודי‟, ווערט די אַרבעט איבערן הייליקן אָרט פֿאַרענדיקט. אַהרן און זײַנע פֿיר זין גרייטן זיך צו דינען ווי כּהנים; איבערן מישכּן באַווײַזט זיך אַ וואָלקן — אַ סימן, אַז דאָרטן האָט זיך אַנטפּלעקט די הייליקע שכינה.

אין אונדזער לוח הייבט זיך דאָס יאָר אָן פֿון תּשרי, אָבער דווקא ניסן ווערט באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש. פֿון דעסט וועגן, שטייט אינעם תּרגום צום תּנ״כישן ספֿר־מלכים געשריבן, אַז אַמאָל פֿלעגט מען רעכענען די חדשים אָנהייבנדיק טאַקע פֿון תּשרי. רש״י און רד״ק דערקלערן, אַז אַזוי איז געווען דער מינהג פֿאַר דער מתּן־תּורה אָדער איידער ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים.

ס׳איז באַקאַנט אַן אינטערעסאַנט מחלוקת־חז״ל: ווען איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן, אין ניסן צי אין תּשרי? אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים זענען אַ ריי מפֿרשים מסביר, אַז ביידע דעות זענען אין אַ געוויסן זין גערעכט. אויב ייִדן וואָלטן געבליבן פֿאַרשקלאַפֿט און נישט באַקומען די תּורה, וואָלט די גאַנצע וועלט נישט געקאָנט ווײַטער עקסיסטירן, דעריבער ווערט די יציאת־מצרים פֿאַררעכטן ווי אַ נײַע בריאת־העולם.

תּשרי און ניסן זענען טיף פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. ביידע חדשים קאָנען באַטראַכט ווערן אי ווי דער ערשטער, אי ווי דער זיבעטער לגבי דעם אַנדערן. על־פּי הלכה, טיילן דווקא די דאָזיקע צוויי חדשים אײַן דאָס גאַנצע יאָר אויפֿן ווינטערדיקן און זומערדיקן חלק. אין די ימים־נוראָים באַקרוינען מיר, כּבֿיכול, דעם אייבערשטן ווי דעם מלך איבער אַלע ערדישע און הימלישע כּוחות, און ראָש־חודש ניסן הייסט „ראָש השנה למלכים‟ — די דאַטע, ווען מע פֿלעגט אָנהייבן ציילן די יאָרן זינט אַ ייִדישער קיניג איז געקומען צו דער מאַכט. באַקומט זיך, אַז תּשרי און ניסן ווערן אַסאָציִיִרט מיט צוויי היפּוכדיקע אַספּעקטן פֿונעם מלכות: דעם געטלעכן און דעם מענטשלעכן.

מע קאָן זאָגן, אַז די האַרבסטיקע יום־טובֿים האָבן בכלל אַ הימלישן טעם, און פּסח — אַן ערדיש־היימישן. במשך פֿון די ימים־נוראָים דאַוונט מען און פֿאַסט מען אַ גאַנצן טאָג, כּדי זיך אויפֿהייבן נעענטער צום רבונו־של־עולם. להיפּוך, פּראַווען מיר פּסח אין שטוב. די ערשטע פּסחדיקע סעודה הייסט דער סדר, ווײַל מיר לייענען די הגדה, טרינקען די אַרבע־כּוסות און עסן מצות אויף אַ געוויסן מסודרדיקן שטייגער, אין אַ היימישער שטוב־אַטמאָספֿער.

על־פּי קבלה הייסן די מצות „מיכלא דמהימנותא‟, דער מאכל פֿון אמונה, ווײַל זיי זענען מסוגל אַראָפּצוברענגען די הייליקע שכינה. אין פֿאַרגלײַך מיטן חג־הסוכּות, ווען מיר קוקן דורכן סכך אויף די שטערן און שטרעבן זיך צו דערנענטערן צום הימל, ברענגען מיר בײַם פּסחדיקן סדר דעם הימל אַראָפּ אויף דער ערד, אין אונדזער שטוב אַרײַן.

הגם דער קומענדיקער יום־טובֿ איז נאָך ווײַט, שטעקט שוין אין אונדזער פּרשה אַ געוויסער פּסחדיקער טעם. די תּורה זאָגט בפֿירוש, אַז משה רבינו האָט אויפֿגעשטעלט דעם מישכּן דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן חודש — ניסן. אין אַ גלאָבאַלן דערהויבענעם זין, האָט דער מישכּן – און שפּעטער דער בית־המיקדש — אויסגעפֿירט די זעלבע פֿונקציע, ווי דער סדר; צונויפֿגעשטעלט אויף אַ געוויסן שטרענג מסודרדיקן אופֿן, נאָך אַ גאַנצער ריי שווערע און קאָמפּליצירטע צוגרייטונגען, איז ער געווען מסוגל צו אַנטפּלעקן די שכינה אויף דער ערד.

וואָס איז טאַקע העכער און וויכטיקער: די הימלישע עבֿודה בנוסח די ימים־נוראָים צי דער היימישער פּסח־טיש? עס ווענדט זיך ווי מע קוקט, ווי אינעם פֿאַל מיטן ערשטן און זיבעטן חודש.

איינער אַ חסיד האָט געזאָגט דעם קאָצקער רבין, אַז אַ געוויסער יונגערמאַן איז אַ גרויסער תּלמיד־חכם: אַ גאַנצן טאָג האַלט ער אין איין תּורה־לערנען. דער רבי האָט מיט אַ ספֿק געפֿרעגט: און ווען געפֿינט יענער יונגערמאַן די צײַט צו פֿאַרשטיין, וואָס ער לערנט? עס טרעפֿן זיך אַזעלכע תּלמידי־חכמים, וואָס קענען טאַקע גוט פֿלײַסיק לערנען און מיינען, אַז אין זייערע דעות שטעקט דער „דעת־תּורה‟ און שיִער נישט אַן עכטער רוח־הקודש. צוליב זייער אָפּגעריסנקייט פֿון דער וועלט, טויגן נישט זייער פּראַקטישע עצות און קאָנען אַפֿילו גורם זײַן אַ היזק. דערצו, פֿעלט אין זייער תּורה די אמתע השׂגה פֿון רוחניות.

בערך מיט 80 יאָר צוריק האָט הרבֿ חיים־אַבֿרהם־דובֿ־בער לעווין געגרינדעט די קהילה „נתיבֿות־עולם‟ אין ניו־יאָרק. הײַנט איז די דאָזיקע חסידישע חבֿרה, אַ מין געמיש פֿונעם אַלטן פֿאַרמלחמהדיקן חב״ד און סאַטמאַר, בעסער באַקאַנט ווי „מלאָכים‟. דער דאָזיקער רבֿ האָט אַמאָל געוויזן זײַנע תּלמידים אַן עפּל און באַטאָנט, אַז יעדע זאַך אין דער וועלט איז אַן איין־און־אייציקע, דערפֿאַר מוז מען אַלעמאָל באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַר יעדער טובֿה, וואָס ער טוט, און אָפּצושאַצן יעדע קליינע זאַך. אַפֿילו אַן עפּל האָט אַן אייגענע אוניקאַלע געשיכטע.

די חסידישע צדיקים שטעלן אַ גרויסן טראָפּ אויפֿן באַקאַנטן מאמר־חז״ל, אַז דער טיש איז ענלעך צום מזבח. „ועשׂו לי מקדש ושכנתּי בתוכם‟ — מאַכט מיר אַ הייליק אָרט און און איך וועל זיך אַנטפּלעקן אין אײַך, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו. על־פּי חסידות, איז דער מענטש אַליין אַ קליינער מישכּן און בית־המיקדש. ווען מע עסט אַפֿילו אינמיטן דער וואָך מיט אַ כּוונה לשם־שמים, קאָן מען אַנטפּלעקן קדושה סײַ אין זיך, סײַ אין דער וועלט, הגם אין אַזעלכע דערהויבענע מאָמענטן, ווי דער פּסחדיקער סדר, איז גרינגער צו דערשפּירן דאָס געטלעכע ליכט.

אין דער מלאכת־המישכּן האָבן זיך באַטייליקט אַלע ייִדן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָט אַפֿילו אַן עפּל אַ שײַכות, דירעקט צי אומדירעקט, צו טויזנטער מענטשן, וועלכע האָבן פֿאַרפֿלאַנצט דעם בוים, אויפֿגעקליבן די גערעטעניש, אָפּגעהיט, אָפּגעוואַשן, אײַנגעפּעקלט, געבראַכט אין דער קראָם…

באַקומט זיך, אַז אַחוץ דעם מיסטישן באַנעם פֿון אונדזער גוף און נשמה ווי אַ קליינעם בית־המיקדש, זענען מיר אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן מיט כּלערליי זאַכן, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן, ממש ווי דער מישכּן, אַ דאַנק אַ קאָמפּליצירטער בשותּפֿותדיקער מלאָכה. אין דער הײַנטיקער גלאָבאַליזירטער וועלט שפּירט זיך דאָס באַזונדערס שטאַרק.

ווי געזאָגט, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן פֿון ס׳נײַ סײַ אינעם „הימלישן‟ תּשרי, סײַ אינעם „היימישן‟ ניסן, און דרייט צווישן די דאָזיקע צוויי „ראָש־השנות‟. כּדי אַראָפּצוברענגען קדושה אין דער גשמיותדיקער וועלט, מוזן מיר פֿאַרשטיין, אַז אויב מע וויל דערגרייכן דעם הימל, מוז מען קודם אָפּשאַצן די ראָלע פֿון יעדן יחיד אינעם אַלגעמיינעם תּיקון־עולם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.