אַ מעגלעכער צוגאַנג צום געווער־ענין — פֿון דער גמרא

A Talmudic Approach to Addressing the Gun Problem

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published March 11, 2018.

מיט װאָס איז מאָרד אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַנדערש װי אין אַנדערע לענדער?

עס גײט נישט אין דעם, װאָס אין אַמעריקע זענען בכלל דאָ מער מאָרדן װי אין אַנדערע לענדער. אין די פֿש״אַ זײַנען פֿאָרגעקומען אין יאָר 2015, לױטן יו־ען, 4.88 מאָרדן פּער 100,000 נפֿשות, אַ פּראָפּאָרציע אױפֿן 94סטן אָרט אין דער װעלט, צװישן קירגיזסטאַן און קאַזאַכסטאַן.

די מערסטע מאָרדן פּער 100,000 אײַנװױנער — 108 — קומען פֿאָר אין על סאַלװאַדאָר, צוליב די קרימינעלע באַנדעס פֿון פֿאַרצװײלפֿטע יונגען װאָס בושעװען דאָרטן. אַגבֿ, די פֿש״אַ האָט אױפֿגענומען פּליטים פֿון על סאַלװאַדאָר אונטער אַ שוצפּראָגראַם, ביז פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט דאָס אָפּגעשאַפֿן.

די לענדער מיט די װײניקסטע מאָרדפֿאַלן? אַנדאָראַ, סאַן מאַרינאָ, ליכטענשטײן און מאָנאַקאָ, װאָס האָבן אַלע נישט פֿאַרצײכנט קײן איין מאָרד אין 2015.

מיט וואָס איז אונדזער לאַנד יאָ טרױעריק באַרימט? מיט דער צאָל פֿאַרברעכנס װאָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט געװער. אַז מע פֿאַררעכנט די צאָל טױטפֿאַלן מיט אַ שײַכות צו ביקסן בכלל, שטײט אַמעריקע נישט סאַמע אױבן (יענער כּבֿוד געהערט צו האָנדוראַס, װאָס האָט סײַ אַ פּראָבלעם מיט באַנדעס, סײַ זײער נישט־שטרענגע ביקסן־געזעצן), נאָר יאָ אױפֿן העכסטן אָרט אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רײַכע לענדער. באַזונדערס טראַגיש איז צו באַמערקן, אַז אין די פֿש״אַ אין יאָר 2014 האָט מען איבערגעגעבן, אַז 6.4 פֿאַלן פֿון זעלבסטמאָרד זענען געווען פֿאַרבונדן מיט געװער פּער 100,000 אײַנװױנער, װאָס שטײט אױפֿן צװײטן אָרט אין דער גאַנצער װעלט, נאָכן באַלקאַנישן לענדל מאָנטענעגראָ.

פֿאַר װאָס האָט אַמעריקע אַזױ פֿיל פֿאַלן ביקסנטױט? גאַנץ פּשוט: מיר זײַנע פֿאַרפֿלײצט מיט כּלערליי ביקסן (אָנפֿאַל־געװער, סתּם ביקסן, רעװאָלװערן, פּיסטױלן, װאָס נישט). פֿון פֿאַרשײדענע אַנאַליזן װאַרפֿט זיך אין די אױגן די גאַנץ באַשײַמפּערלעכע באַציִונג צװישן דער צאָל ביקסן און דער צאָל טױטפֿאַלן — סײַ ווען מע פֿאַרגלײַכט איין לאַנד מיטן צװײטן, סײַ ווען מע פֿאַרגלײַכט איין אַמעריקאַנער שטאַט מיטן צווייטן.

כאָטש ס׳איז װיכטיק צו באַשטעטיקן אַזאַ פֿאַרבינדונג, קומען זיכער צו אַנדערע פֿאַקטאָרן פֿאַר וואָס מיר אַמעריקאַנער לײַדן פֿון אַזאַ גרויסער צאָל ביקסן־אומגליקן. צי איז די אַמעריקאַנער קולטור באַזונדערס ברוטאַל? דאַכט זיך אַז נישט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט אַז די אַלגעמײנע פֿאַרברעכערײַ (ד״ה אָן אַ שײַכות צו ביקסן) איז נישט העכער אין די פֿש״אַ װי אין אַנדערע לענדער. צי איז אַפֿשר שולדיק די פּאָפּולאַריטעט פֿון װידעאָשפּילן װאָס שילדערן עקסטרעמע גװאַלדטאַטן? מילא, אַזלעכע שפּילן זײַנען שױן געוואָרן אַן אַלװעלטלעכער פֿענאָמען.

אַ סך אָנהענגער פֿון ביקסן טענהן, אַז דער צװײטער אַמענדמענט פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע ווײַזט בולט אָן אַז דאָס רעכט צו טראָגן ביקסן איז אַן עיקר־טײל פֿון די אַמעריקאַנער ציװילע רעכט. װי ייִדן, פֿאַרשטײען מיר אוודאי די װיכטיקײט פֿון זעלבסטשוץ. װער זשע איז אַזױ נאַיִװ צו מײנען, אַז אַ מאַיאָריטעט־רעגירונג װעט תּמיד פֿאַרטײדיקן די אינטערעסן פֿון דער מינאָריטעט? אַ ייִד וואָס קען די ייִדישע געשיכטע וועט זיכער וויסן וועגן די נאַגאַנעס פֿון געטאָ, די געגנבֿטע ביקסן פֿון פּאַרטיזאַנער. אױך אַנדערע אַמעריקאַנער מינאָריטעטן פֿאַרשטײען אַז די געשיכטע פֿון ביקסן־קאָנטראָל איז אָפֿט פֿאַרבונדן מיט אונטערדריקן זײערע רעכט בכלל – די געשיכטע פֿון באַגרענעצן געװער אין אַמעריקע איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט די ווײַסע סופּרעמאַטיסטן וואָס פּריידיקן אַז די ווײַסע דאַרפֿן „באַהערשן‟ די נישט־ווײַסע.

פֿון דעסטוועגן איז אונדזער סיטואַציע אין 2018 װי ייִדן און אַמעריקאַנער פֿאָרט אַנדערש. מיר זײַנען נישט קיין אונטערדריקטע מינאָריטעט. נישט געקוקט אױפֿן געפֿאַר פֿון אַנטיסעמיטיזם האָבן מיר אָן אַ שיעור פֿאַרטײדיקערס. די טױטפֿאַלן פֿון ביקסן זענען אָבער אַ ווירקלעכקייט, נישט בלויז אַ פּאָליטישע מעגלעכקײט. ס׳איז אַ סכּנה װאָס מע מוז איצט לייזן. װען עס זאָל זיך מאַכן אַ רעװאָלוציע אָדער חלילה אַ פּאָגראָם אין אַמעריקע, װעלן די קױלן־װאַרפֿערס אין די קראָמען זײַן אַ קנאַפּע ישועה.

נו, װאָס טוט מען? ס׳איז װיכטיק צו באַמערקן אַז כאָטש די אַלגעמײנע צאָל ביקסן־טױטפֿאַלן װערט נידעריקער (סײַ צוליב דעמאָגראַפֿישע סיבות, סײַ צוליב דעם, װאָס די שױן פֿאַראַנענע ביקסן װערן אַלץ מער קאָנצענטרירט בײַ װײניקער יחידים אין די הענט), איז דאָס נישט חל אױף אַלע טױטפֿאַלן װאָס ווערן דורכגעפֿירט דורך געװער. צװײ מינים אומגליקן זענען הײַנט בפֿירוש יאָ מער פֿאַרשפּרײט, פֿאַר קײנעם נישט געדאַכט: מאַסן־מאָרדן און זעלבסטמאָרדן בײַ דער יוגנט. בײדע קען מען אפֿשר באַגרענעצן מיט די זעלבע מיטלען.

עס גײט נישט אין דעם, װאָס בײַ אַמעריקאַנער איז כּלומרשט „נישט װיכטיק דאָס לעבן“ (װי טײל פֿרוסטרירטע ישׂראלים טענהן אַ מאָל װעגן פּאַלעסטינער טעראָריסטן). אונדזער קולטור טרױערט דווקא יאָ נאָך די אומשולדיקע קרבנות. עס גייט נישט אין װידעאָשפּילן און אױך נישט אין דעפּרעסיע צי אַנדערע גײַסטיקע פֿעלערן. עס גײט אין דעם, װאָס ס׳איז גרינגער צו הרגענען אַ מענטשן ווען מע ניצט געווער.

די פֿאָרשערס פֿון דער געװער־גװאַלד װײַזן אָן אױף אַ צאָל טריט װאָס מע װאָלט געקענט אָננעמען: מע קען פֿאַרזיכערן אַז די, װאָס זײַנען שױן פֿאַרמישפּט געוואָרן צוליב שטוב־גװאַלד זאָלן נישט קענען קױפֿן געװער, װי אױך באַגרענעצן דעם פֿאַרקױף פֿון געװער צו מינדעריעריקע. מע װאָלט אױך געדאַרפֿט שטרענגער קאָנטראָלירן דעם הינטערגרונט פֿון מעגלעכע קױפֿערס, כּדי אױסשליסן די מיט אַ געשיכטע פֿון גװאַלד-אַקציעס.

אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, װי אױך בײַ ייִדן, זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע באַגריפֿן װעגן די מעגלעכע ראָלעס פֿון דער מלוכה בכלל. די דעמאָקראַטיע איז בײַ ייִדן אַ פֿרעמדער אימפּאָרט װאָס מיר האָבן גערן אױפֿגענומען, נאָר אַפֿילו איידער אונדזער פֿאָלק האָט זיך באַקענט דערמיט, האָבן חז״ל אָפֿט אַרומגערעדט דאָס אַחריות פֿונעם יחיד לטובֿת דעם כּלל.

דער קלאַסישער בײַשפּיל דערפֿון איז די גרוב אין רשות־הרבים. אַז אַ פֿאַרמאָגער פֿון גרונטאייגנס לאָזט אָפֿן אַ לאָך אין דער ערד, װאָס מע קען אַהין אַרײַנפֿאַלן, איז ער מחויבֿ אומצוקערן דעם געליטענעם כאָטש אַ טײל פֿון די הוצאות פֿאַרבונדן מיטן אומגליק. יאָ, יעדער איינער איז „פֿרײַ“ אויסצוגראָבן אַ גרוב אין זײַן אייגענעם הויף, נאָר מע קען זיך נישט אַרױסדרײען פֿון אַחריות. אַ פֿאַרגלײַך קען מען מאַכן מיט די אַמעריקאַנער ביקסן־רעכט. לױטן צװײטן אַמענדמענט איז מען זיכער „פֿרײַ“ צו פֿאַרמאָגן געװער (כאָטש אַזאַ יחידישע רעכט איז אײגנטלעך גאַנץ נײַ אין דער אַמעריקאַנער יורי־סיסטעם; בערך 40-50 יאָר אַלט). אַזאַ פֿרײַהײט איז אָבער נישט אומבאַגרענעצט, און די רעגירונג מעג אַװעקשטעלן געװיסע גרענעצן.

זעט מען אַז סײַ לױט די ייִדישע מקורים, סײַ לױט אַמעריקאַנער רעכט־באַגריפֿן, איז גרינג צו פֿאַרטײדיקן אַ געװיסן ניװאָ ביקסן־קאָנטראָל, באַזונדערס אין די צײַטן װען אַלץ מער מענטשן דערזעען שוין דעם קאָשמאַר פֿון מאַסן־מאָרד און זעלבסטמאָרד. זאָל מען נישט װיסן דערפֿון און דערלעבן אַ פּראַקטישע לײזונג צו אַזעלכע טראַגעדיעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.