„ייִדישע קולטור־נסיעה‟ — אַ קרויִז אויפֿן דונײַ

Yiddish Kultur Voyages - A Cruise on the Danube


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 09, 2018.

יצחק לודען ז״ל, דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟ און קאָרעספּאָנדענט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ פֿלעג זאָגן, אַז ייִדיש איז הײַנט אַ שפּראַך וואָס לעבט מחוץ דער חסידישער וועלט איבערהויפּט אויף פֿעסטיוואַלן. איצט קען מען צוגעבן, אַז זי לעבט אויך אויף קרויִזן.

נאָרמאַן בוכבינדער און דערעק קרייבל, צוויי אַמעריקאַנער רײַזע־אַגענטן מיט אַן אינטערעס סײַ צו מוזיק, סײַ צו ייִדיש, זענען אין האַרבסט 2017 געפֿאָרן אויף אַ קאָנצערט פֿון דער לעטלענדישער ייִדישער זינגערין סאַשע לוריא און דעם אַמעריקאַנער פֿידלער קרעג יודעלמאַן אין וווּדסטאָק, ניו־יאָרק. בוכבינדער און קרייבל — די אייגנטימער פֿון דער פֿירמע Royal York Travel - Dream Vacations זענען געווען שטאַרק צופֿרידן צו זען, אַז דער קאָנצערט האָט צוגעצויגן מענטשן פֿון אַלע עלטערס און אַז דער פֿאַרשידנאַרטיקער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט בײַם הערן לוריאס זינגען.

זיי האָבן נאָר וואָס געהאַט זיך אומגעקערט פֿון אַ קרויִז־נסיעה אויפֿן דונײַ אין וועלכער זיי האָבן באַזוכט אַ ריי שילן און אַנדערע ערטער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ירושה, איז זיי גלײַך אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר קען מען צונויפֿבינדן די צוויי. זיי האָבן עס פֿאָרגעלייגט לוריא און אַזוי אַרום איז געבוירן געוואָרן די נײַע ייִדיש־אָריענטירטע רײַזע־פֿירמע Yiddish Kultur Voyages וואָס וועט אָרגאַניזירן שיף־נסיעות איבער ערטער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, אויף וועלכע עס וועלן אויפֿטרעטן ייִדישע זינגער און בינע־קינסטלער.

מע האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די ערשטע רײַזע וועט פֿאָרקומען אין מײַ 2019 אויפֿן דונײַ. מע וועט קרייסירן דורך אונגערן, סלאָוואַקײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד און זיך אָפּשטעלן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה. ביז אַהער האָבן די אָרגאַניזירער באַשטעטיקט, אַז עס וועלן בשעת דער רײַזע אויפֿטרעטן די זינגער דניאל קאַהן, לאָרין סקלאַמבערג, אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל און סאַשע לוריא, וועמען מע האָט אָנגעשטעלט ווי די קינסטלערישע דירעקטאָרשע פֿונעם קרויִז. אַחוץ דעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם פּלאַנירט מען אויך צוצושטעלן אַ סעריע רעפֿעראַטן, אין וועלכע עקספּערטן און פּראָפֿעסאָרן וועלן רעדן וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. „ייִדישע קולטור־נסיעות‟ וועט אַרבעטן בשותּפֿות מיט אָרטיקע טור־פֿירמעס און וועגווײַזער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער קולטור אין צענטראַל־אייראָפּע.

„אונדזער ציל איז צו פֿאַרבינדן די רעפֿעראַטן און די מוזיקאַלישע פּראָגראַם מיט די שטעט, וווּ מיר וועלן זיך אָפּשטעלן,‟ האָט דערקלערט דערעק קרייבל אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס.‟ „מיר ווילן שאַפֿן אַן איבערלעבונג, אין וועלכער מענטשן קענען זיך אײַנטינקען אין דער ייִדישער קולטור אויף אַזאַ אופֿן, אַז די רעדעס און מוזיק און ׳דזשעם־סעסיעס׳ זאָלן האָבן וואָס צו זאָגן וועגן די שטעט, וואָס מיר באַזוכן.‟

דער קרויִז וועט פֿאָרקומען פֿונעם 10טן ביזן 17טן מײַ 2019. די צימערן און קאַבינעס וועלן קאָסטן צווישן $3,681 און $6,980 דאָלאַר אַ מענטש (צוויי מענטשן טיילן זיך מיט איין צימער, דאָס הייסט, בסך־הכּל $7,362 ביז $13,960 אַ צימער.) אַז מע פֿאַרשרײַבט זיך אָבער פֿאַרן 31סטן מאַרץ 2018 באַקומט מען אַ הנחה פֿון 20%. די שיף קען אָננעמען ביז 158 פּערזאָן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://nbuchbinder.dreamvacationsgroups.com/#/groups/9026534.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.