„אַמאָל איז געווען אַ ניגון‟ — ייִדישער טעאַטער אין מאָנטרעאָל

"Once There Was A Melody" - Yiddish Theater in Montreal

דער דראַמאַטורג דן אלמגור
דער דראַמאַטורג דן אלמגור

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 13, 2018.

דער ישׂראלדיקער טעאַטער אין דער ייִדישער איבערזעצונג געניסט איצט פֿון אַ באַשיידענער בלי־תּקופֿה אין צפֿון־אַמעריקע. ווי מע האָט לעצטנס באַשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, וועט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אינסצענירן צוויי פּיעסעס פֿון חנוך לעווין אין אַ נײַער ייִדישער איבערזעצונג פֿון אלי ראָזען.

לעצטנס האָט דער „מאָנטרעאָלער ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע וואַסערמאַן‟ געלאָזט וויסן, אַז ער וועט אין אַפּריל שטעלן דן אלמגורס פּיעסע „אַמאָל איז געווען אַ ניגון‟ אויף מאַמע־לשון.

דער מיוזיקל גיט איבער דעם טעם פֿונעם אַמאָליקן חסידישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע דורך לידער, ניגונים, משלים און סיפּורי צדקים. די איבערזעצונג האָט דורכגעפֿירט דער מאָנטרעאָלער ייִדישער שרײַבער שמשון דונסקי. דער אַנסאַמבל וועט אַרײַננעמען 14 אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט דעם חזן און ייִדישן אַקטיאָר פֿישל גאָלדיג, וואָס איז געווען איינער פֿון דרײַ ייִדישע קינדער אין זײַן אוקראַיִנישן שטעטל מילניציע וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. די פֿאָרשטעלונג וועט רעזשיסירן לוציאַני בורטשערי.

„אַמאָל איז געווען אַ ניגון‟ וועט אויפֿגעפֿירט ווערן פֿון זונטיק, דעם 15טן אַפּריל ביז דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל בײַם „סעגאַל־צענטער‟ אין מאָנטרעאָל. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://segalcentre.org/en/shows/once-there-was-a-melody.

דאָס איבערזעצן אַ פּיעסע פֿון דן אַלמגור איז ספּעציעל פּאַסיק, ווײַל אַלמגור אַליין איז איינער פֿון די באַרימסטע איבערזעצער פֿון אַמעריקאַנער און ענגלישע פּיעסעס אויף העברעיִש. צווישן זײַנע פּאָפּולערע איבערזעצונגען — עטלעכע פּיעסעס פֿון שייקספּיר און „פֿידלער אויפֿן דאַך.‟