איר פֿאָרט קיין ניו־יאָרק? גייט אויף אַ קולטורעלן סדר אויף ייִדיש

Visiting NY? Check Out These Yiddish Cultural Seders


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 14, 2018.

אַחוץ די טראַדיציאָנעלע סדרים, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון די ערשטע צוויי פּסח־נעכט, פּראַוועט מען שוין מער ווי הונדערט יאָר אין ניו־יאָרק עפֿנטלעכע סדרים פֿאַרן וועלטלעכן ייִדיש־רעדנדיקן עולם.

דער באַקאַנטסטער פֿון זיי, דער אַזוי־גערופֿענער „דריטער סדר‟, וואָס קומט פֿאָר חול־המעוד־פּסח, האָט פּאָפּולאַריזירט אין ניו־יאָרק דער „אַרבעטער־רינג‟. דער „אַרבעטער־רינגס‟ ייִדיש־שפּראַכיקע הגדה ווערט נאָך אַלץ ברייט גענוצט (אַ מאָל טיילווײַז, אַ מאָל גאַנצערהייט) אויף סדרים, ווי אויך בײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין דער היים.

הײַיאָר וועט דער „קולטור־קאָנגרעס‟ אָנפֿירן מיט אַ דריטן סדר בײַם „מאָנטאַוק־קלוב‟ (25 אַכטער עוועניו #A) אין פּאַרק־סלאָפּ, ברוקלין. בײַם סדר, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט מען סערווירן סײַ וועגעטאַרישע, סײַ פֿליישיקע מאכלים, אַרײַנגערעכנט געפֿילטע פֿיש. מע וועט אויך זינגען אַ ריי ייִדישע פּסח־לידער און ייִדישע נוסחאָות פֿון טראַדיציאָנעלע פּסח־לידער. דער סדר וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם דריטן אַפּריל, זעקס אַ זייגער אין אָוונט. דאָס עסן וועט זײַן אָן חמץ אָבער ניט גלאַט־כּשר.

פֿינף טעג פֿאַר פּסח וועט פֿאָרקומען דער יערלעכער „קולטור־סדר‟ בײַם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנט — אַקטיאָרן־קלוב‟, וואָס בינדט צונויף עלעמענטן פֿון אַ טראַדיציאָנעלן סדר מיט עלעמענטן פֿון אַ חורבן־הזכּרה. דער סדר, וואָס וועט אָנגעפֿירט ווערן דורכן חזן משה בער, וועט אַרײַננעמען אַ גלאַט־כּשרע מאָלצײַט און ספּעציעלע אויפֿטריטן פֿון אַ ריי זינגער און מוזיקער. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 26סטן מאַרץ, 6:30 אין אָוונט בײַם „סוטאָן־פּלייס־שיל‟ (225 איסט 51סטע גאַס) אין מאַנהעטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: yafac18@aol.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.