אַלבערט אײַנשטײַנס פֿידל פֿאַרקויפֿט פֿאַר מער ווי $500,000

Albert Einstein's Violin Sells for More than $500,000

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 15, 2018.

„ייִדל מיטן פֿידל‟ איז שוין אַן אַלטער באַגריף בײַ ייִדן אָבער וואָס וועגן דעם „ייִדישן גאון מיטן פֿידל?‟

לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿאַר פֿידלער, TheStrad, האָט די ליציטאַציע־פֿירמע „באָנהאַמס‟ (Bonhams) לעצטנס פֿאַרקויפֿט אַ פֿידל, וואָס האָט אַמאָל באַלאַנגט צו אַלבערט אײַנשטײַן פֿאַר $516,500. דעם אינסטרומענט האָט אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער פֿון האַריסבערג, פּענסילווייניע ספּעציעל געמאַכט לכּבֿוד דעם אָנקומען פֿונעם באַרימטן פֿיזיקער אין אַמעריקע אין 1933. אין אָקטאָבער פֿון דעם יאָר האָט אָסקאַר שטייגער, אַ שאַפֿע־מאַכער און פֿידלער אינעם האַריסבערגער אָרקעסטער געשאָנקען אײַנשטײַנען דעם פֿידל. אינעם אינסטרומענט האָט ער אָנגעשריבן: „געמאַכט לטובֿת דעם בעסטן וויסנשאַפֿט־פּראָפֿעסאָר אויף דער וועלט — אַלבערט אײַנשטײַן, דורך אָסקאַר ה. שטייגער.‟

דעם פֿידל האָט אײַנשטײַן דערנאָך געשאָנקען וויליאַם היבס, דעם זון פֿון אַ סטרוזש, וואָס האָט געאַרבעט אינעם פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט. דער פֿידל איז געבליבן אין דער משפּחה היבס ביז זײַנע יורשים האָבן אים לעצטנס באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן.

אײַנשטײַן איז געווען אַן ערנסטער פֿידלער און איז זעלטן־ווען געפֿאָרן אָן כאָטש איינעם פֿון זײַנע באַליבטע אינסטרומענטן. זײַן צווייטע פֿרוי, עלזע, האָט אַפֿילו אַמאָל געזאָגט, אַז אײַנשטײַן פֿלעג שפּילן פֿידל, כּדי בעסער צו קענען באַטראַכטן זײַנע פֿיזיק־טעאָריעס.

די ליציטאַציע־פֿירמע האָט איבערגעגעבן אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, אַז דער אינסטרומענט אַליין איז ניט ווערט אַזוי פֿיל. דער הויכער פּרײַז איז געקומען בלויז צוליב דעם, וואָס ער האָט אַמאָל געהערט צום באַרימטן פֿיזיקער. די חפֿצים פֿאַרבונדן מיט אײַנשטײַן קומען זעלטן־ווען אויפֿן מאַרק און זענען דערפֿאַר זייער טײַער. פֿאַראַיאָרן איז זײַנע אַ ליולקע פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר $73,300.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.