מײַן העלד, דזשאָסעף פּאַפּ

My Hero, Joseph Papp

דזשאָו פּאַפּ
Jack Mitchell/Getty Images
דזשאָו פּאַפּ

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 16, 2018.

אין די שפּעטע אַכציקער יאָרן, איז דזשאָו פּאַפּ (יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי) — דער וועלט באַרימטער אימפּרעסאַריאָ פֿון „שעקספּיר פֿעסטיוואַל‟ און „פּאַבליק טעאַטער‟ אין ניו־יאָרק — געקומען מיט זײַן פֿרוי גייל פֿײַערן דעם פֿריילעכן יום־טובֿ פּסח צוזאַמען מיט מײַן משפּחה.

פּאַסירט האָט עס אומגעריכט. כ׳האָב באַקומען אַ טעלעפֿאָן פֿון דזשאַו אַזש פֿון אַרגענטינע. ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז ער איז געהאַט אַרומגעפֿאָרן אַ צײַט לאַנג איבער דער וועלט זען טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען, און ווען זיי זײַנען אים געפֿעלן, פֿלעגט ער זיי אַראָפּברענגען קיין ניו־יאָרק און שטעלן אין איינעם פֿון זײַנע טעאַטער־בינעס. זײַן „פּאַבליק טעאַטער‟ האָט פֿאַרמאָגט אַ קיימא־לן פֿון אַ פֿיר, פֿינף בינעס וווּ מען האָט געשטעלט נישט נאָר שעקספּירס ווערק, נאָר אויך אימפּאָרטירטע אָדער שפּאָגל נײַע פּיעסעס, ווי „קאָרוס לײַן‟ „העיר‟, „די פּיראַטן פֿון פּענזאַנס‟ און אַנדערע.

האַלטן מיר בײַ אַרגענטינע. דזשאָו שרײַט אַרײַן אין טרײַבל: „מרים! דו מאַכסט פּסח, מיט אַ סדר און מיט אַלע פּיטשעווקעס?‟

„אַוודאי מאַך איך!‟

מאַכט ער: „קום איך גלײַך פֿון לופֿטפֿעלט צו דיר מיט מײַן פֿרוי גייל, מיט די וואַליזקעס און מיט הכּל. גרייט אָן ערטער פֿאַר אונדז ביידן.‟

געהערט אַזאַ מעשׂה, בין איך שיִער נישט אַראָפּ פֿון זינען און גענומען אַרומצאַפּלען אַרום די געפֿילטע פֿיש, מיט דער הינער־יויך, מיט די פּסחדיקע קניידלעך, דרײַ קאַטשקעס מיט צימעס, שוין אָפּגערעדט פֿון פּסחדיק געבעקס.

ווי נאָר די חבֿרה אַקטיאָרן פֿון אונדזער פּיעסע „לידער פֿון גן־עדן‟ האָבן דערהערט אַז דזשאָו קומט צום סדר, אַזוי האָבן זיי זיך אַליין צוגעשטעלט צום רומל.

דער טיש האָט זיך געבראָכן מיט חבֿרה מוזיקאַנטן, אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן, אַחוץ אונדזער קליין משפּחהלע. אַלע האָבן פֿאַר אים געהאַלטן אוידיציעס אויף די הויכע טענער. אַ מזל אַז מײַן מענדל אין געווען אַ רויִקער פּאַרשוין, און האָט געקענט די פּסחדיקע הגדה פֿון אויסנווייניק, און יעדן איינעם געגעבן אַ שטיקל ראָלע צו שפּילן בײַם סדר.

דזשאָו איז געווען אין זיבעטן הימל, ס’האָט אים דערמאָנט אין זײַן קינדהײט. ווי ער האָט מיר דערציילט האָבן זיי געלעבט אין גרויס דחקות אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. אין שטוב האָט מען גערעדט בלויז ייִדיש. די מאַמע האָט זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט צו רעדן ענגליש.

דער טאַטע, אַ קאַסטן־מאַכער, איז געווען אַ פֿרומער ייִד. זײַן באַציִונג צו גאָט איז געווען אַזוי נאַטירלעך ווי עסן און טרינקען, פֿלעגט ער אַלעמאָל מיטנעמען זײַן יאָסעלען אין שיל אַרײַן וווּ דאָס קינד פֿלעגט מיטזינגען מיטן חזן.

איין זאַך האָט יאָסעלען דאָקוטשעט: נישטאָ קיין יושר אויף דער וועלט. האָט ער זיך ווי אַ זעכצן־יעריק בחורל דערנעענטערט צו דער „יוגנט קאָמוניסטישער ליגע‟, געמיינט אַז בײַ זיי וועט ער דערגיין צו אַ יושרדיקער וועלט. זײַן עובֿדה ווי אַ יוגנטלעכער פּראָלעטאַריער איז באַשטאַנען פֿון העלפֿן מענטשן וואָס מ׳האָט אַרויסגעשטעלט אויף דער גאַס מיט אַלע זייערע בעבעכעס, מיט קינדער אין די וויגן פֿאַר נישט צאָלן קיין דירה־געלט. דזשאָו מיט זײַנע חבֿרים האָבן געכאַפּט זייערע מ’שטיינס געזאָגט בעבעכעס, מיט זייערע קינדערלעך און צוריק אַרײַנגעצויגן זיי אין זייערע אַלטע דירות.

האָב איך אים אַמאָל פֿאַרפֿאַסט אַזאַ לידעלע (וואָס מע דאַרף אים זינגען אויף פּויליש־ייִדיש כּדי אָנצוהאַלטן דעם גראַם):

טאַטע:
„יאָסעלע מײַן שײנער קאָפּ —
יאָגסט זיך, יאָגסט זיך ווי אַ רוח,
אַז דו וועסט נישט צולייגן דײַן קעפּעלע
צום בוך,
וועסטו אויסוואַקסן אַ קאַסטן־מאַכער
פּונקט ווי איך.

יאָסעלע:
נײן טאַטע, נײן, נישט איך,
איך וועל פֿעכטן זיך מיט אַלע ווינטן
פֿון דער וועלט —
און טאָן וועל איך נאָר דאָס וואָס מיר געפֿעלט.

טאַטע:
יאָסעלע, מײַן שיינער קאָפּ —
דאָן־קיכאָט האָט זיך געריסן און געקעמפֿט
אָנגעמאַכט אַ גרויסן שטורעם,
און צום סוף האָבן די ווינטמילן
צעריבן אויך זײַן חלום.

יאָסעלע:
נײן טאַטע, נײן, נישט מיך,
בײַ די מילן וועל איך אויפֿשטעלן
מײַן געצעלט,
און טאָן וועל איך נאָר דאָס וואָס מיר געפֿעלט.

טאַטע:
יאָסעלע, מײַן שיינער קאָפּ —
שעקספּירס האַמלעט האָט באַצאָלט
אַ שווערע שטראָף
פֿאַר „זײַן אָדער נישט צו זײַן‟
און געזען אַז ס׳גאַנצע זײַן
איז נישט מער ווי אַן אויסגעבלאָזן איי
אַן אויסגעטראַכטער בלאָף.

יאָסל פּאַפּיראָווסקי איז בײַ מיר געווען אַ העלד, אַן איבערגעגעבענער ייִדישיסט, אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש טעאַטער. האָט ער מיך אַמאָל מיטגענומען אין זײַן לימוזין אָפּצושטאַטן אַ וויזיט בײַ דעם מאַגנאַט ראָנאַלד לאַודער, דעם זון פֿון עסטי לאַודער, די מלכּה פֿון קאָסמעטיק. מיר קומען אַרײַן אין די רחבֿודדיקע סאַלאָנען און טרעפֿן לאַודערן זיצן, פֿון ביידע זײַטן — צוויי ראַבײַס, בײַ דער רעכטער זײַט ראַביי בעסער, בײַ דער לינקער זײַט — ראַבײַ ערגער.

זאָגט דזשאַו: „ראָנאַלד! ביסט אַ ייִד אַ מאַג­נאַט, האָסט אַ פֿונדאַציע פֿון דרײַסיק מיליאָן דאָלער, איך וויל נאָר איין מיליאָן פֿאַר אויפֿשטעלן אַ ייִדיש טעאַטער אין מײַן שעקספּיר־פּאַבליק טעאַטער, איך וויל אויפֿלעבן דאָס ייִדישע טעאַטער.‟

שושקעט אים אַרײַן אין רעכטן אויער ראַבײַ בעסער, און אין לינקן אויער ראַבײַ ערגער, ווי די צוויי קוני־לעמלס, אין המנס אויער.

מאַכט לאַודער: „כ׳בין וויליק דיר צו געבן פֿופֿציק טויזנט דאָלער מיטן באַדינג אַז דו מוזסט צושטעלן די זעלבע סומע און ברענגען אַהער דאָס ייִדישע טעאַטער פֿון וואַרשע.‟

אין וואַרשע האָבן געשפּילט ייִדיש טעאַטער דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג בלויז פּאָליאַקן. האָט זיך פּאַפּ אויפֿגעהויבן מיט אַ ריגזה, און אים געזידלט:

„פֿ…ק יו!‟ און אַרויס פֿון די סאַלאָנען מיט אַ שווער געמיט. איך האָב אַפֿילו נישט געוווּסט אַז ער איז שוין דעמאָלט געווען שווער קראַנק. האָב איך דעמאָלט טאַקע געקלערט: אַז דזשאָו וועט טאַקע ניפֿטר ווערן און וועט דאָרט, אין גן־עדן, באַגעגענען שעקספּירן, זאָל ער אים רע­ציטירן זײַן „האַמלעט‟ אויף ייִדיש:

„דאָס לעבן איז נישט מער ווי אַ פֿלינקער שאָטן, אַן אָרעמער אַקטיאָר וואָס בלאָזט זיך אָן, שוויצט אָפּ זײַן שעה אויף די טעאַטער ברעטער און שפּעטער אויס, מ’הערט נישט מער פֿון אים. דאָס איז אַ מעשׂהלע דערציילט פֿון אַן אידיאָט, פֿול מיט קלאַנג און צאָרן וואָס באַצײכנט מיט זיך גאָרנישט.‟

(איבערזעצונג: מ.ה.)