האָליוווּד־אַקטיאָר דזשאָעל גריי וועט רעזשיסירן „פֿידלער אויפֿן דאַך‟

Actor Joel Grey To Direct Folksbiene's "Fiddler on the Roof"

דזשאָעל גריי
דזשאָעל גריי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 18, 2018.

כאָטש די נײַע ייִדיש־שפּראַכיקע אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟ הייבט זיך ערשט אָן אין יולי, באַקומט די פּיעסע שוין אַ גרויסן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע.

לעצטנס האָט דער געשעפֿט־זשורנאַל „פֿאָרבס‟ איבערגעגעבן, אַז דער באַרימטער אַקטיאָר דזשאָעל גריי וועט רעזשיסירן דעם נײַעם „פֿידלער.‟ גריי, וואָס האָט צווישן אַנדערע אויסצייכענונגען געוווּנען אַן „אָסקאַר‟, אַן „עמי‟ און אַ „טאָני‟, איז דער זון פֿונעם מוזיקער, זינגער און קאָמיקער מיקי קאַץ. אַ פּאָפּולערער קינסטלער אויף דער „בראָדוויי‟־בינע, טרעט דזשאָעל גריי דאָרטן שוין אויף מער ווי 50 יאָר. ווי אַ רעזשיסאָר איז ער איבערהויפּט באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע אינעם מוזיקאַלישן פֿילם, „קאַבאַרעט‟, און פֿאַר זײַן אַרבעט אויף לערי קריימערס פּיעסע „דאָס נאָרמאַלע האַרץ‟, וואָס שילדערט דעם דראַמאַטורגס זכרונות פֿונעם אָנהייב פֿון דער איידס־מגיפֿה.

„פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס איז לכתּחילה פּראָדוצירט געוואָרן אויף ענגליש (דער סצענאַר פֿון דזשאָסעף שטײַן, טעקסט פֿון שעלדאָן האַרניק און מוזיק פֿון דזשערי באָק), איז געוואָרן פּאָפּולער אין ישׂראל אַ דאַנק שׂרגא פֿרידמאַנס ייִדישע איבערזעצגונג. כאָטש אַ פּלאַטע דערפֿון בלײַבט פּאָפּולער, האָט מען שוין מער ווי 50 יאָר ניט געשטעלט דעם ייִדישן „פֿידלער.‟

די „פֿאָלקסבינע‟ האָט פֿריִער געלאָזט וויסן, אַז האַרניק, וועמענס באַרימטע לידער זענען שוין אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור, וועט דינען ווי אַ קאָנסולטאַנט צו דער נײַער אויפֿפֿירונג.

טבֿיה וועט ווידער „פֿידלען אויפֿן דאַך‟ פֿונעם 4טן יולי ביזן 26טן אויגוסט. בילעטן קען מען שוין באַשטעלן דאָ: https://web.ovationtix.com/trs/pr/984918.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.