אַ נײַער „קלעזקעמפּ‟ — דאָס מאָל אין זומער

A New Klezkamp - This Time in Summer


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 21, 2018.
הענעך סאַפּאָזשניק
הענעך סאַפּאָזשניק

מיט פֿיר יאָר צוריק האָט הענעך סאַפּאָזשניק, דער גרינדער פֿון „קלעזקעמפּ,‟ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟ אַז דער פֿעסטיוואַל איז מער ניט נייטיק, ווײַל אַנדערע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן האָבן שוין פֿאַרטראָטן זײַן אָרט. ניט אַלע אין דער קלעזמער־וועלט זענען געווען מסכּים — מע האָט געפֿילט „אַ לאָך‟ בשעתן ווינטער און דערפֿאַר האָבן אַ ריי מוזיקער, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן אָנטייל גענומען אין „קלעזקעמפּ,‟ געגרינדעט דעם נײַעם פֿעסטיוואַל ייִדיש ניו־יאָרק.

איצט, מיט פֿיר יאָר שפּעטער, האָט הענעך סאַפּאָזשניק אַנאָנסירט, אַז „קלעזקעמפּ‟ וועט דעם זומער ווידער אויפֿשטיין תּחית המתים, כאָטש אויף אַ קלענערן פֿאַרנעם. דער נײַער „קלעזקעמפּ‟ וועט פֿאָרקומען פֿון זונטיק, דעם 29סטן יולי ביז דאָנערשטיק, דעם 2טן אויגוסט בײַם „אַשהאָקאַן‟־אָפּרו־צענטער אין די קעטסקיל־בערג. די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען וואַרשטאַטן און קלאַסן פֿאַר פֿידלער, אַקאָרדעאָן־שפּילער, קלאַרנעט־שפּילער, באַס־שפּילער און זינגער.

מע האָט שוין באַשטעטיקט אַז די לערער וועלן זײַן די וויאָלע־שפּילערין קאָקי זעגלשטיין, דער אַקאָרדעאָן־ און צימבל־שפּילער דזשאָשואַ האָראָוויטש, דער קלאַרנעט־שפּילער אַלכּס קאָנטאָראָוויטש, די טענצערין אַוויע מאָר, דער באַס־שפּילער מאַרק רובין און אַחרון אַחרון הבֿיבֿ — הענעך סאַפּאָזשניק אַליין.

פֿאַר סאַפּאָזשניק איז דאָס באַלעבן דעם פֿעסטיוואַל בײַם „אַשהאָקאַן‟־אָפּרו־צענטער אַ מין אומקערן זיך אַהיים. ס׳איז אים לכתּחילה אײַנגעפֿאַלן צו גרינדן „קלעזקעמפּ‟ בעת ער האָט דאָרט אָנטייל גענומען אין אַן ענלעכער פּראָגראַם פֿאַר טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק. „אַשהאָקאַן‟ איז שוין פֿון לאַנג באַקאַנט פֿאַר אירע פֿעסטיוואַלן לכּבֿוד פֿאַרשידענע מוזיקאַלישער טראַדיציעס.

דער פּרײַז פֿאַרן נײַעם „קלעזקעמפּ‟ איז $635 פֿאַר דערוואַקסענע, $530 פֿאַר יונגע לײַט (13־25) און $425 פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון 5 ביז 12 יאָר. עס זענען אויך פֿאַראַן סובווענצן פֿאַר יונגע־לײַט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://ashokan.org/klezkamp.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.