ייִדיש־שפּראַכיקער „אָפֿענער מיקראָפֿאָן‟ אין לאָנדאָן

Yiddish Open Mic in London

Poetry Cafe אין לאָנדאָן
Poetry Cafe אין לאָנדאָן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2018.

אַן „אָפֿענער מיקאָראָפֿאָן‟ איז אַ פּראָגראַם, אין וועלכער יעדער איינער וואָס וויל קען פֿאָרשטעלן אַ ליד, צי אַ וויץ, צי דערציילן אַ מעשׂה פֿאַר אַן עולם. אַן „אָפֿענער מיקראָפֿאָן‟ קען זײַן פֿאַרבונדן מיט אַ ספּעציפֿישער טעמע צי זשאַנער אָדער אַרײַננעמען אַלע מינים פֿאַרווײַלונג. אין ניו־יאָרק און אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט בכלל קומען אַזעלכע געשעענישן איבערהויפּט פֿאָר אין קאַפֿעען. געוויינטלעך פֿירט אָן מיט זיי אַ געניטער זינגער צי קאָמיקער, וואָס דינט אויך ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.

ייִדישיסטישע „אָפֿענע מיקראָפֿאָנען‟ זענען ניט קיין נאָווינע אין ניו־יאָרק אָבער אין לאָנדאָן איז אַזאַ פּראָגראַם שוין לאַנג ניט פֿאָרגעקומען. לעצטנס האָט אַ גרופּע לאָנדאָנער ליבהאָבער פֿון ייִדיש, מיט די היסטאָריקערין און זינגערין וויווי לאַקס בראָש, געלאָזט וויסן, אַז מע וועט אין אַפּריל מאַכן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן אָפֿענעם מיקראָפֿאָן אינעם האַרץ פֿון לאָנדאָן. עס וועלן אויך אויפֿטרעטן די זינגערין רייטשל וועסטאָן און דער פּראָפֿעסאָר פֿון אינזשענעריע און ייִדישער זינגער — סטיווען אָלגין.

די אָרגאַניזירער פֿאַרבעטן מוזיקער, לערער, סטודענטן, זינגער, פּאָעטן און קאָמיקער וואָס ווילן אויפֿטרעטן אויף ייִדיש צוצוגרייטן עפּעס וואָס געדויערט ביז 8 מינוט. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אינעם Poetry Cafe אין „קאָווענט־גאַרדען‟ אינעם „וועסט־ענד‟ פֿון לאָנדאָן. מע וועט אויך שמועסן אויף ייִדיש און פֿאַרברענגען צוזאַמען.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 21סטן אַפּריל, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: yiddishcafe@gmail.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.