ישׂראלדיקע ווידעאָס אויף ייִדיש זאַמלען געלט פֿאַר פּסח־מאָלצײַטן

Israeli Videos in Yiddish Raise Funds For Passover Meals

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 25, 2018.

דאָס זאַמלען געלט אינעם ווײַטן אַמעריקע פֿאַר וווילטעטיקע צוועקן איז שוין אַ לאַנגע טראַדיציע בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. נאָך אין די 1800ער יאָרן האָבן געוויסע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קהילות, ישיבֿות, בית־עלמינס און יתומים־הײַזער זיך דערוווּסט, אַז זייערע רײַכע פֿעטערס אין דער גאָלדענער מדינה קענען שענקען מער געלט ווי זייערע שכנים אין די שטעט און שטעטלעך פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד. האָט מען, למשל, געשאַפֿן געלט דורך רעקלאַמעס אינעם „פֿאָרווערטס‟ און אין אַנדערע ייִדישע צײַטונגען.

נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן די תּקופֿה פֿון שיקן שלוחים. כּמעט אַלע גרויסע ייִדישע פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע און רעליגיעזע באַוועגונגען אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אַרויסגעשיקט באַרימטע פּערזענלעכקייטן קיין ניו־יאָרק אויפֿצוטרעטן מיט רעדעס בײַ באַנקעטן. צווישן הונדערטער נעמען קען מען, למשל, דערמאָנען, דוד בן־גוריון, חיים זשיטלאָווסקי, זלמן רייזען, הרבֿ יוסף יצחק שניוארסאָן, מלך ראַוויטש, חיים ווײַצמאַן און וולאַדימיר מעדעם ווי פּראָמינענטע ייִדישע פֿירער און דענקער, וואָס זענען צום ערשטן מאָל געקומען קיין אַמעריקע כּדי צו זאַמלען געלט דורכן געבן רעדעס אויף ייִדיש.

הײַנט דאַרף מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט שיקן די גרעסטע פּערזענלעכקייטן אַזש קיין אַמעריקע. מע דאַרף בלויז מאַכן אַ ווידעאָ און אים אַרויפֿשטעלן אויף „יוטוב.‟

יעדעס יאָר זעט מען אויף „יוטוב‟ ווידעאָס, אין וועלכע באַרימטע ישׂראלדיקע רבנים בעטן בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין אַמעריקע, מע זאָל שענקען געלט כּדי די אָרעמע פֿרומע ייִדן אין ישׂראל זאָלן קענען שטעלן אַ געהעריקן סדר. אין איין ווידעאָ, אויבן, רעדן פּראָמינענטע ייִדן פֿון 20 באַזונדערע קהילות וועגן דער „געפֿערלעכער אָרעמקייט‟ פֿון וועלכער די ייִדן אין זייערע קהילות לײַדן. מע דערציילט ווי אַזוי אַ סך משפּחות קענען, צום באַדויערן, ניט צושטעלן פֿלייש אויף שבת. די לייזונג — מע דאַרף געבן געלט דער אָרגאַניזאַציע „עונג שבת ו׳י׳׳ט‟, זיי זאָלן דעקן די הוצאות.

אין נאָך אַ ווידעאָ פּרובירט מען צו זאַמלען $100,000 במשך פֿון 48 שעה לטבֿות אַ ירושלימער אָרגאַניזאַציע „חלוקת קמחא דפּסחא,‟ וואָס טיילט אויס געלט אָרעמע משפּחות. די קאַמפּאַניע, אויף דער וועבזײַט Charidy, אַ חרדישן נוסח פֿון „קיקסטאַרטער,‟ איז מסוגל צו שאַפֿן $160,000 דאָלאַר.

אָט די ווידעאָס געבן צו פֿאַרשטיין אַ ביסל וועגן דעם מצבֿ אין ארץ־ישׂראל, סײַ וואָס שייך דער אָרעמקייט בײַ די חרדים אין לאַנד, סײַ וואָס שייך דעם ייִדיש וואָס מע רעדט דאָרטן. זיי זענען אויך, ווי דערמאָנט, אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטער בכּבֿודיקער טראַדיציע פֿון צדקה בײַ ייִדן.