אינטענסיווע פּראָגראַם געווידמעט ייִדישע שרײַבערינס

Weekend Program on Yiddish Women Writers

ד״ר חנה נאָריך
COURTESY OF JEWISHSTUDIES.WASHINGTON.EDU
ד״ר חנה נאָריך

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 27, 2018.

אַזוי ווי די שרײַבערינס אויף ס׳רובֿ שפּראַכן, האָט מען ביז איצט ניט געהעריק אָפּגעשאַצט די ווערק פֿון די ייִדישע שרײַבערינס. אין די לעצטע 30 יאָר האָבן אַ ריי פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געשטרעבט צו אַנטדעקן די פֿאַרגעסענע ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערינס און זיי איבערזעצן און פּאָפּולאַריזירן.

ד׳׳ר חנה (אַניטאַ) נאָריך וועט אַרומרעדן די ליטעראַרישע ירושה פֿון אַ ריי ייִדישע שרײַבערינס און דעם אופֿן ווי אַזוי זיי ווערן הײַנט באַטראַכט בעת אַן אינטענסיווער פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. אין דער פּראָגראַם Yiddish Women Writers Reclaimed (ייִדישע שרײַבערינס צוריקגעבראַכט), וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק, דעם 4טן מײַ ביז זונטיק, דעם 6טן מײַ, וועט ד׳׳ר נאָריך אַרומרעדן די ווערק פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַנאַ מאַרגאָלין, פֿראַדל שטאָק, מלכּה חפֿץ טוזמאַן, ציליע דראָפּקין און נאָך.

אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט באַשטיין פֿון פֿיר רעפֿעראַטן, וועט נאָריך אַרומרעדן דעם סטערעאָטיפּ, אַז ייִדישע שרײַבערינס זענען בלויז געווען פּאָעטעסעס, און וועט באַשרײַבן די אַנדערע מינים ווערק וואָס זיי האָבן געשריבן. זי וועט אויך אַנאַליזירן די באַציִונג פֿון די ייִדישע שרײַבערינס צו ליבע און סעקס, דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדישע שרײַבערינס האָבן געשילדערט דעם חורבן און די אופֿנים ווי אַזוי פֿאַרשידענע ייִדישע שרײַבערינס האָבן סײַ אָנגענומען, סײַ זיך אָפּגעשטויסן פֿון דער מאָדערניטעט.

דער שׂכר־לימוד איז 350$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און 425$ פֿאַרן ברייטן עולם. מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַרן 23סטן אַפּריל.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט:

http://support.yiddishbookcenter.org/site/Calendar?id=7681&view=Detail



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.