אויף די זײַטן פֿון אַלטע הגדות

Browsing Old Haggadahs

דער מלאך הייסט אַבֿרהמען מקריבֿ צו זײַן אַ לעמעלע אַנשטאָט יצחקן; די שפּאַנישע „גאָלדענע הגדה‟ פֿון אָנהייב דעם 14טן יאָרהונדערט
דער מלאך הייסט אַבֿרהמען מקריבֿ צו זײַן אַ לעמעלע אַנשטאָט יצחקן; די שפּאַנישע „גאָלדענע הגדה‟ פֿון אָנהייב דעם 14טן יאָרהונדערט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 27, 2018.

הגם די הגדה ווערט הײַנט באַטראַכט ווי איינער פֿון די יסודותדיקע טעקסטן אין דער ייִדישער מסורה, בלײַבן אירע וואָרצלען נישט אין גאַנצן קלאָר. די תּורה זאָגט בפֿירוש, אַז אין שײַכות מיטן חג־הפּסח דאַרף מען דערציילן די קינדער וועגן דער יציאת־מצרים. אין די משניות שטייט געשריבן, אַז יעדער, אַפֿילו אַן אָרעמאַן, מוז טרינקען די אַרבע־כּוסות בײַם סדר.

עס זעט אָבער אויס, אַז דער קאָנקרעטער עיקר־נוסח פֿון דער הגדה איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם 3טן אָדער 4טן יאָרהונדערט. שפּעטער, זענען במשך פֿון דער צײַט אויפֿגעקומען פֿאַרשיידענע אָרטיקע וואַריאַנטן פֿונעם הגדה־נוסח, מינהגים און הוספֿות.

אינעם פּראָגער מחזור פֿונעם יאָר 1590 האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן דער באַקאַנטער פּיוט „חד גדיא‟. בפּשטות, שטאַמט עס פֿון אַ פֿראַנצויזיש און דײַטשיש וויגליד. דער ווילנער גאָון און אַנדערע גדולי־ישׂראל האָבן אָבער אָפּגעטײַטשט דאָס לידל ווי אַן אַלעגאָרישע איבערדערציילונג פֿון דער יציאת־מצרים אָדער ווי אַ מין אַפּאָקריף וועגן דער קומענדיקער ביאת־המשיח. עס קאָן זײַן, אַז דער אוראַלטער מחבר האָט לכתּחילה אַרײַנגעלייגט משיחישע רמזים אין זײַן אַראַמישן נוסח און אַזוי אַרום „פֿאַרייִדישט‟ דאָס לידל.

„חד גדיא‟ ווײַזט ווי אַזוי די גרענעץ צווישן „עכט ייִדישע‟ און „פֿאַרייִדישטע‟ עלעמענטן אין אונדזער טראַדיציע זענען נישט אַלעמאָל קלאָר.

ווען מע עפֿנט די טיר פֿאַר אליהו הנבֿיא בײַם סדר נאָכן בענטשן, זאָגט מען „שפֿוך חמתך אל הגוים שלא ידעוך‟ – מע בעט דעם אייבערשטן אויסצוגיסן זײַן גרימצאָרן אויף די פֿעלקער, וואָס האָבן אים נישט דערקענט. הרבֿ מנשה קליין, דער אונגוואַרער רבי פֿון באָראָ־פּאַרק און אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער „גדול‟, שרײַבט אין זײַן הגדה־פּירוש פּראָסט און פּשוט, אַז מיט די דאָזיקע ווערטער שעלט מען די גויים בכלל.

דער מחבר איז געווען באַקאַנט ווי אַן עקסטרעמער שׂונא פֿון די גויים. אַפֿילו צו ייִדן פֿון געמישטע משפּחות, שוין אָפּגערעדט פֿון גרים, האָט ער זיך באַצויגן געפֿערלעך נעגאַטיוו. צום באַדויערן, איז אָבער אַזאַ אָפּטײַטש פֿון „שפֿוך חמתך‟ נישט קיין זעלטנקייט און טרעפֿט זיך אין די חסידישע קינדער־הגדות אויף ייִדיש.

אין די אַלטע הגדות מיט עבֿרי־טײַטש שטייט געשריבן „היידן‟ – געצנדינער – און נישט סתּם גויים. אַ ריי באַרימטע רבנים באַטאָנען, אַז מע שעלט בלויז די רשעים און די רישעותדיקע מלוכות; מיט די אַנדערע ווערטער, רופֿט דער פּסוק צום אַלגעמיינעם סאָציאַלן יושר. באַקומט זיך, אַז די הגדה לאָזט זיך אָפּגעטײַטשט ווערן סײַ אויף אַ שאָוויניסטישן, סײַ אויף אַן אַלמענטשלעכן שטייגער. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס איז אַ בײַשפּיל פֿונעם אַלגעמיינעם „הגדה־פּאַראַדאָקס‟: די גרענעץ צווישן דעם ספּעציפֿיש ייִדישן „אַתּה בחרתּנו‟ און דעם אַלגעמיינעם שטרעבן צום תּיקון־עולם ווערט אַמאָל צעשווענקט.

„חד גדיא‟ איז אַ וווּנדערלעכער מוסטער פֿון אַ טעקסט, וואָס קאָן דינען סײַ ווי אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿאַר כּמו־וועלטלעכע סצענעס מיט חיות, סײַ ווי אַ קוואַל פֿון אַפּאָקאַליפּטישע אילוסטראַציעס. דעם סאָוועטישן אילוסטראַטאָר על ליסיצקי האָט זיך אַפֿילו אײַנגעגעבן צו קאָמבינירן ביידע טענדענצן: זײַן „חד גדיא‟ איז אַ וועלטלעכע, אָבער איז מרמז, ווי עס זעט אויס, אויפֿן אַפּאָקאַליפּטישן פֿײַער פֿון רעוואָלוציאָנערע געשעענישן.

טשיקאַווע און פֿאַנטאַסטישע באַצירונגען אין דער „סאַראַיעווער הגדה‟
טשיקאַווע און פֿאַנטאַסטישע באַצירונגען אין דער „סאַראַיעווער הגדה‟

אַ סך אַלטע אַשכּנזישע הגדות הייבן זיך אָן מיט אַ סצענע, וווּ עס ווערט געוויזן אַ חיה, וועלכע פֿיגורירט נישט אין „חד גדיא‟, נישט וווּ־ניט־איז אַנדערש אין דער הגדה. אויף די אילוסטראַציעס יאָגט זיך אַ רײַטער צי אַ הונט נאָך אַ האָז.

וואָס עפּעס? דעם קידוש בײַם סדר מאַכט מען צומאָל מוצאי־שבת; די ברכות, וואָס מע זאָגט, מוזן פֿאָלגן דעם סימן יקנה״ז – יין, קידוש, נר, הבֿדלה, זמן („שהחינו‟, הייסט עס). אויף ייִדיש קלינגען די דאָזיקע ראָשי־תּיבֿות ווי „יאָגן אַ האָז‟. די סצענע מיטן האָז־געיעג באַווײַזט זיך אויך אין אַ שפּאַנישער הגדה פֿונעם 14טן יאָרהונדערט; געוויינטלעך איז עס אָבער אַן אַשכּנזישער מאָטיוו. ראָשי־תּיבות און אַנדערע ווערטערשפּילן זענען, אַוודאי, אַ וויכטיקער טייל פֿון דער הגדה־טראַדיציע.

די אילוסטראַציעס זענען בכלל, אַפּנים, דער סאַמע אינטערעסאַנטער און באַלערנדיקער עלעמענט אין די אַלטע הגדות. אין פֿאַרגלײַך מיט די אילוסטרירטע חומשים אָדער מגילות, וואָס ווײַזן, ווי אַזוי די ייִדישע קינסטלער האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט די תּנ״כישע געשעענישן פֿונעם ווײַטן אַמאָל, דערמעגלעכן די הגדות צו באַקענען דעם לייענער מיטן רעאַלן ייִדישן לעבן אין פֿאַרשיידענע לענדער און תּקופֿות. אויף די בילדער ווערן אָפּגעשפּיגלט טיפּישע מלבושים און שטוב־חפֿצים פֿון קאָנקרעטע קהילות. נישט זעלטן רעפּרעזענטירן די אילוסטראַציעס אויך פֿאַרשיידענע אָרטיקע מינהגים.

למשל, עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז ביז די לעצטע פּאָר דורות איז דאָס מצות־באַקן געווען אַ פֿרויען־עסק. מיר ווייסן עס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און היסטאָרישע דאָקומענטן, נאָר די אילוסטראַציעס דינען ווי אַ לעבעדיק גבֿיית־עדות פֿונעם באַקאַנטן פֿאַקט.

לויט באַקאַנטן מאמר־חז״ל, זענען ייִדן געראַטעוועט געוואָרן פֿון מצרים, ווײַל זיי האָבן נישט געביטן זייערע נעמען, זייער לשון און זייערע מלבושים. למעשׂה, האָבן ייִדן אין אַ סך לענדער געטראָגן פֿאַקטיש די זעלבע קליידער, ווי די אַרומיקע נישט־ייִדישע סבֿיבֿה. אין אַ געוויסן זין זענען די מלבושים פֿאַרבונדן מיטן דערמאָנטן אָפּטײַטש פֿון „שפֿוך חמתך‟. אויב די גויים דינען נישט מער עבֿודה־זרה און טשעפּען זיך נישט צו אונדז, האָבן געטראַכט די איטאַליענישע און מיזרחדיקע ייִדן אין מוסולמענישע לענדער, מוז מען זיך נישט האַלטן ווײַט פֿון זיי.

די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, מיט זייער אייגענער ייִדישער שפּראַך און אייגנאַרטיקע בגדים, זענען גיכער אַ יוצא־מן־הכּלל. אין יעדן לאַנד האָבן די ייִדישע עדות אויסגעשפּרינקלט זייער רייד מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. בלויז אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אָבער ייִדן דערגרייכט אַזאַ הויכע מדרגה פֿון קולטורעלער אייגנאַרטיקייט, און געוואָרן נישט בלויז אַ באַזונדערע רעליגיעזע גרופּע, נאָר אַ פֿאָלק אינעם פֿולן עטנאָגראַפֿישן זין פֿון וואָרט.

פּונקט איז מיזרח־אייראָפּע איז די טראַדיציע פֿון פּרעכטיק אילוסטרירטע הגדות נישט געוואָרן פּאָפּולער. פֿון דעסט וועגן, קוקנדיק אויף די מערבֿ־אייראָפּעיִשע הגדות, קאָנען מיר מאַכן אינטערעסאַנטע אויספֿירן וועגן דער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן.

ייִדן מיט שטרײַמלעך, בראָש מיט משה רבינו, זענען מקבל די תּורה בײַם באַרג סיני. אַ הגדה־אילוסטראַציע, אַלטאָנע, איטאַליע, 1738
ייִדן מיט שטרײַמלעך, בראָש מיט משה רבינו, זענען מקבל די תּורה בײַם באַרג סיני. אַ הגדה־אילוסטראַציע, אַלטאָנע, איטאַליע, 1738

אין אַלע הײַנטצײַטיקע חרדישע קרײַזן טראָגן מענער שוואַרצע בגדים, אָבער די שטרײַמלעך ווערן באַטראַכט ווי אַ סימן פֿון „טיפֿע‟ חסידים, געוויינטלעך אונגערישע און גאַליציאַנער. אין די דײַטשישע און אַשכּנזיש־איטאַליענישע אילוסטרירטע הגדות זעען מיר קלאָר, אַז די שטרײַמלעך זענען געווען אַ געוויינטלעכער טאָג־טעגלעכער מלבוש בײַ די אַשכּנזים אינעם 18טן יאָרהונדערט; די מענערישע מלבושים זענען אָבער געווען דווקא פֿאַרשיידן־קאָליריקע. אויף דער האַנטשריפֿטלעכער הגדה פֿון אַלטאָנע – אַ שטאָט אין איטאַליע, וווּ עס האָבן געוווינט אַשכּנזישע ייִדן – באַקומט משה רבינו די לוחות, טראָגנדיק אַ שטרײַמל, אַ רויטן קאַפֿטאַן און איטאַליענישע שפּיציקע שיך, שטייענדיק אויף די קני. כּדי זיך אָפּצוזונדערן פֿון די קריסטן, האָט מען אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרווערט צו דאַוונען אויף די קני און באַשלאָסן, אַז צו שטעלן זיך אין אַזאַ פּאָזיציע איז בכלל אַ שלעכטער סימן, אָבער אין דער אַלגעמיינער ייִדישער געשיכטע איז עס נישט געווען קיין נאָווינע. די דאָזיקע אינטערעסאַנטע הגדה שטאַמט פֿון 1738.

אין דער אַזוי־גערופֿענער „גאָלדענער הגדה‟, געשאַפֿן אין שפּאַניע אָנהייב דעם 14טן יאָרהונדערט, ווערט אַ באַפֿליגלטער מלאך, וועלכער הייסט אַבֿרהמען נישט צו ברענגען זײַן זון פֿאַר אַ קרבן, באַצירט מיט אַ גאָלדענעם רינג אַרום דעם קאָפּ. אַ סך בילדער אין דער דאָזיקער הגדה זעען אויס בפֿירוש ווי כּמו־קאַטוילישע.

דאָס איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿונעם דערמאָנטן „הגדה־פּאַראַדאָקס‟: דער טיף־ייִדישלעכער היימישער טעם פֿונעם פּסחדיקן סדר ווערט צומאָל אָרגאַניש צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט אַ נישט ווייניקער טיפֿן צווישן־קולטורעלן סינטעז. ווי אַ מער מאָדערנעם מוזיקאַלישן בײַשפּיל קאָן מען דערמאָנען די ניגונים אויף אונגעריש פֿון קאַלעווער רבין, וואָס אַ טייל הײַנטיקע חסידים זינגען ווי אַ סימן פֿון זייער „אונגערישקייט‟.

נישט געקוקט אויף אַלע קולטורעלע חילוקים און היפּוכדיקע מינהגים, וואָס שטימען נישט אַלעמאָל מיט די הײַנטיקע חרדישע סטאַנדאַרטן, האָבן ייִדן אַרום דער גאָרער וועלט אַרײַנגעבראַכט קדושה אין זייערע שטיבער, לייענענדיק די זעלביקע ווערטער בײַם סדר־טיש. דער באַטעמטער – און פֿאַרשיידנאַרטיקער – וויזועלער עלעמענט פֿון זייערע הגדות האָט זיכער צוגעגעבן דבֿיקות און כּוונות לשם־שמים אין זייערע הערצער.

רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿונעם תּולדות־אַהרנער חסידות, האָט געגעבן זײַנע חסידים אַן עצה צו לערנען פֿאַרצײַטישע אויסגאַבעס פֿון ספֿרים־הקדושים, כּדי צו דערפֿילן אַ קשר מיט די אַלטע דורות צדיקים און חסידים. פּונקט אַזוי וואָלט געווען כּדאַי, אַז די הײַנטיקע פֿרומע ייִדן, און נישט בלויז קונסט־ליבהאָבער, זאָלן זיך בעסער באַקענען מיט דער אַמאָליקער פּרעכטיקער הגדה־קונסט.

דערצו, פֿעלט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, צום באַדויערן, אַ ממשותדיקער אינטערעס צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קונסט. אַן אַנדער גרויסער חסידישער צדיק, רבי נחמן בראַצלעווער, דערקלערט אָבער, אַז דאָס גוטע עסטעטישע געפֿיל איז זייער וויכטיק אין אונדזער עבֿודת־השם.