פּוילן מערקט אָפּ נײַע מלוכישע חגא צו געדענקען פּוילישע חסידי־אומות־העולם

Poland Observes New State Holiday to Remember Poles Who Saved Jews


פֿון ייִט״אַ, „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 29, 2018.

דעם 24סטן מאַרץ האָט פּוילן אָפּגעמערקט אַ נײַע מלוכישע חגא וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די פּאָליאַקן, וועלכע האָבן ריזיקירט מיטן לעבן כּדי צו ראַטעווען ייִדן. די חגא הייסט „דער נאַציאָנאַלער אָנדענקטאָג פֿאַר פּאָליאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן.‟

די דאַטע האָט מען אויסגעקליבן לזכר דער משפּחה אולמאַ — יוסף, וויקטאָריאַ און זייערע זעקס קינדערלעך, וועמען די דײַטשן האָבן דעם 24סטן מאַרץ 1944 דערמאָרדעט אינעם שטעטל מאַרקאָוואַ פֿאַרן אויסבאַהאַלטן זייערע ייִדישע שכנים. פֿאַר אַ יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַשריבן, ווי די קאַטוילישע קירכע האָט אָנגעהויבן דעם פֿאָרמעלן פּראָצעס צו פֿאַררעכענען די משפּחה פֿאַר סאַנקטן.

אין מאַרקאָוואַ, וווּ די משפּחה אולמאַ און זייערע ייִדישע שכנים, די משפּחה שאַל (אַ קו־הענדלער מיט זײַן פֿרוי און פֿיר קינדער) זענען דערמאָרדעט געוואָרן, האָט מען דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע לזכר די פּוילישע חסידי־אומות־הועלם. אויף דער צערעמאָניע האָט מען פֿאָרגעלייענט בריוו פֿונעם פּוילישן פּרעזידענט אַנדריי דודאַ און פּרעמיער מיניסטער מאַטעוש מאָראַוויעצקי, אין וועלכן זיי האָבן געלויבט די העלדישקייט פֿון דער משפּחה אולמאַ.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען אינעם שטעטל געעפֿנט אַ נאַציאָנאַלן מוזיי לזכר אַלע פּוילישע חסידי אומות העולם.

„יד־ושם‟ האָט באַצייכנט 6,000 פּאָליאַקן ווי „חסידי־אומות־העולם,‟ מער ווי אין קיין אַנדער לאַנד.

די נײַע מלוכישע חגא קומט אין דער זעלביקער צײַט, וואָס די ייִדישע וועלט און די ישׂראלדיקע רעגירונג קריטיקירן שטאַרק אַ נײַע געזעץ אין פּוילן, וואָס באַשטראָפֿט די וואָס באַשולדיקן פּאָליאַקן אָדער פּוילן אינעם חורבן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.