אַ פֿײַער, ניסשפּילן און אַנדערע זכרונות פֿונעם סדר

A Fire, Playing With Nuts and Other Seder Memories

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published March 30, 2018.

ווייניק משפּחות געדענקען נאָך זייערע איבערלעבונגען בײַם סדר אין די יאָרן גלײַך נאָכן חורבן. אין די זכרונות וואָס כ׳וועל דאָ דערציילן פֿון מײַנע יוגנט־יאָרן, נאָכדעם ווי מײַן מאַמעס משפּחה האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון אייראָפּע ערבֿ דעם חורבן, וועט באַשריבן ווערן אין קורצן אַ סדר־נאַכט, געפּראַוועט פֿון דרײַ דורות: דער זיידע און די באָבע פֿון מײַן מאַמעס צד, זייערע קינדער (מײַנע פֿעטערס), און מיר — זייערע קינדער.

קריסטאַ וויטני, די אָנפֿירערין פֿון וועקסלער פּראָיעקט פֿאַר מינדלעכע דאָקומיענטאַציע, פֿון “ייִדישן ביכער־צענטער” אין אַמהערסט, האָט מיך געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: ווי אַ קינד, צי האָט איר געהאַט אַ באַליבטן יום-טובֿ?. האָב איך געענטפֿערט: איך וואָלט געזאָגט אַז פּסח איז אפֿשר געווען מײַן באַליבטסטער יום-טובֿ. דעמאָלט פֿלעגן קומען אַלע, די גאַנצע משפּחה, צו אונדז אין שטוב. מײַן זיידע פֿלעגט אָנפֿירן מיטן סדר, אַלע קוזינען און קוזינעס פֿלעגן קומען און אויך די ברייטערע משפּחה. מײַן זיידע פֿלעגט אָנפֿירן דעם סדר כהלכתו, ווי מע דאַרף. איינער פֿון מײַנע פֿעטערס, אַ ברודער פֿון מײַן מאַמען, האָט געהאַט אַ נייגונג, אַ נטיה, צו „פּראַקטיקאַל דזשאָקס‟, איז איינמאָל אין אַ פּסח, נאָכדעם ווי מע האָט אָפּגעזאָגט די הגדה, און אַזוי ווײַטער, אויפֿן ווײַסן טיש, האָט ער אַוועקגעשטעלט אַזאַ מין פּאַפּיר, אין אַ האַלבקרײַז, אַ מין זילבער־פּאַפּיר (זאַכן וואָס מע קויפֿט אין געשעפֿטן פֿאַר “גאַדזשעטס”), אַוועקגעשטעלט דעם פּאַפּיר, און אָנגעצונדן פֿון אויבן דעם זילבערפּאַפּיר, און דער פֿײַער האָט אָנגעהויבן אַראָפּשלײַדערן, ביז ער איז דערגאַנגען צום טיש … און די גאַנצע משפּחה אַרום טיש איז געווען טעראָריזירט, און ווען דער פֿײַער איז דערגאַנגען ביזן אונטן פֿונעם זילבער־פּאַפּיר, האָט זיך דער זילבער־פּאַפּיר אויפֿגעהויבן אין איין שטיק און אין גאַנצן פֿאַרברענט געוואָרן. געבליבן איז נאָר אַש.

איך געדענק אויך ווי מײַן שוועסטערקינד, פֿריידע-מינדעלע — הײַנט ליליאנה — איז אַהיימגעקומען פֿון שול מיט אַ לידל לכּבֿוד פּסח:

קומט דער ליבער פּסח,
שפּילן מיר אין ניס,
און די מצה איז טרוקן,
און דער ווײַן איז זיס.

מיט זעכציק יאָר צוריק האָבן קינדער זיך אַזוי געלערנט אין שול. די טראַדיציע פֿון שפּילן אין ניס אום פּסח, האָב איך זינט דעמאָלט נישט געטראָפֿן. אָבער לעצטנס, ווען מײַן דור איז געוואָרן אַ דור פֿון זיידעס און באָבעס, האָב איך געפּרוּווט מחדש זײַן אָט די טראַדיציע, וועגן וועלכער מענדעלע מוכר-ספֿרים האָט שוין דערמאָנט אין פֿאַרבינדונג מיט פּסח, פּאַראַפֿראַזירנדיק אַ יום-כּיפּורדיקע תּפֿילה, ווי עס שטייט אין כּל נדרי (“ונסלח לכל עדת בני ישראל כי לכל העם בשגגה”), און מענדעלע האָט אָנגעווענדעט די ווערטער אויף פּסח זאָגנדיק: “׳וניסלעך׳ לכל עדת בני ישראל”.

האָב איך לעצטנס מחדש געווען דעם מנהג, און אין איינער פֿון די סדר-נעכט, געקויפֿט גענוג ניסלעך פֿאַר אַלע אייניקלעך פֿון דער משפּחה און בײַם סוף פֿון דעם סדר אַוועקגעשטעלט סקאָסנע אַ ברעטל אָנגעשפּאַרט אָן דער וואַנט, אויפֿן דיל אויסגעשטעלט אַ קרײַז מיט ניס און יעדער אייניקל האָט באַקומען אַ זעקעלע מיט ניסלעך, און לויט דער ריי האָט יעדער איינער פֿון זיי געקײַקלט ניס פֿון אויבן אַראָפּ אויפֿן ברעטל, און אויב ער האָט אָנגערירט אַ נוס פֿון קרײַז אָדער מער, זײַנען זיי געוואָרן זײַנע. ס’איז געווען ליהודים!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.