דאָס זיצן קאָן נאָך, חלילה, פֿאַרקירצן די יאָרן

Sitting Could Shorten Your Life, God Forbid

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published April 02, 2018.

כ׳האָב זיך סוף־כּל־סוף אַוועקגעזעצט אָנשרײַבן אַ מעשׂה פֿאַרן נײַעם, נאָך נישט דערשינענעם זשורנאַל ”וויצלער“, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר צוגעשיקט אַן אַרטיקל אין אַ בליצבריוול מיט אַ שאָקירנדיקן קעפּל: ”זיצן איז דאָס נײַע רייכערן!“ וואָס מיינט דאָס? ווי קען דאָס זײַן? זיצן, זיך אָפּשפּאַנען און לייענען, איז דאָך אַ פֿאַרגעניגן און רייכערן — דאָס אַרײַנזאַפּן אין זיך אַ גיפֿטיקן רויך פֿאַרפּראַוועט מיט ניקאָטין, אַ מין דזשעגעכץ ענלעך צו דער סמאָלע מיט וועלכער מע פֿאַרריכט די וועגן איז דאָך סם! מע ווייסט דאָס שוין פֿון לאַנג. וואָס קען זײַן מער עקלדיק?

און ווען דאָקטוירים האָב דאָס אויסגעפֿונען און עפֿנטלעך דערקלערט ווי שעדלעך דאָס איז פֿאַרן קערפּער, האָבן אַ סך מענטשן טאַקע אויפֿגעהערט צו רייכערן. אָבער וואָס האָט דאָס צו טאָן מיטן זיסן פֿאַרגעניגן וואָס איך האָב נאָכן אַהיימקומען פֿון שיל שבת, זיך אויסצוטאָן די שיך און כּמעט אַרײַנפֿאַלן אין אַ פֿאָטעל און זיך אָפּרוען די פֿיס אויף אַן אויסגעבעט פֿוסבענקל? איך קען אַזוי זיצן שעהען לאַנג, לייענען און דרעמלען. ס׳אַראַ מחיה! כ׳קען נישט זאָגן, אַז פֿון זיצן דרײַ פֿיר שעה נאָכאַנאַנד שרײַבן מעשׂיות אויפֿן קאָמפּיוטער האָב איך די זעלבע הנאה… טאַקע נישט די זעלבע אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ פֿאַרגעניגן, און דאָס טו איך אויך זיצנדיק.

איז וואָס האָט רייכערן צו טאָן מיטן זיצן? וואָס האָט קלאָץ צו טאָן מיט בוידעם? הודו מיט קוש? קעז מיט קרײַד? נו, אויסצוגעפֿינען דעם ענטפֿער האָב איך שוין געמוזט לייענען דעם אַרטיקל, און כ׳האָב בשום־אופֿן נישט געוואָלט גלייבן וואָס כ׳האָב דאָרטן געלייענט…. נישט אַנדערש ווי איך פֿאַרקירץ זיך אַליין דאַס לעבן. דאָרטן שטייט געשריבן, אַז מע זיצט מער ווי אַ האַלבע שעה אָן זיך אויפֿצוהייבן און אַרומגיין — שטאַרבט מען פֿאַר דער צײַט!

נישט מיך מיינט מען, האָב איך זיך געפּוּווט אײַנרעדן. איך גיי אַלע טאָג (אַ מאָל נישט מיטוואָך) אין ספּאָרטקלוב, האָב איך געמיינט, אַז איך בין אַ גאַנצע גיבורטע, ווײַל דרײַ מאָל אין וואָך מאַך איך זומבאַ (זייער אַן אַטלעטיש מין טאַנצן וווּ מע שפּרינגט אַ סך אַרום); איין מאָל אין וואָך אַרבעט איך מיט אַ טרענירערין און הייב געוויכטן. דאָנערשטיק אין דער פֿרי טו איך פּילאָטעס, און פֿרײַטיק איז יאָגאַ. נאָכן אַפּזאָגן הבֿדלה נאָך שבת לויף איך זייער גיך כאָטש דרײַ מײַל אויף אַ לויפֿל־מאַשינקע, ביז איך שוויץ ווי אַ ביבער (כאָטש שוויצן איז נישט איידל.)  אָבער אין יענעם אַרטיקל האָב איך געלייענט, אַז ס׳איז אַלץ ווי אַ טראָפּן רעגן אין טײַך, ווי אַ גענעץ אין ווינט, ווי …. ווי כ׳ווייס נישט וואָס, אָבער ס׳קען דערפֿירן צו אַ שלל מין ראַקן, פּו, פּו, פּו… אָפּגעהיט זאָל מען ווערן, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט.

איז וואָס טוט מען? כ׳האָב זיך אָט ערשט געוואָלט אַוועקזעצן אָנשרײַבן קאָמישע מעשׂהלעך אויף ייִדיש וואָס האָבן נישט צו טאָן מיט כעלעם. אָבער יעצט לאַכט זיך מיר נישט, ווײַל איך האָב נאָר אין זינען, אַז איך זיץ צו פֿיל און פֿאַרקירץ זיך די יאָרן! וואָס קען איך טאָן? איך זיץ ווען איך אַרבעט, ווײַל מײַן אַרבעט איז פֿאָרבונדן מיט שרײַבן און שרײַבן שרײַב איך אויפֿן קאָמפּיוער און כּדי צו ניצן די קלאַוויאַטור מוז זיך צו איר דאָך דערנידערן און דאָס מיינט — זיצן.

פּלוצלינג האָב איך זיך דערמאָנט אַז איך האָב אַ מאָל געלייענט וועגן אַ הויכן שרײַבטיש ספּעציעל געמאַכט פֿאַר די וואָס ווילן דווקא שטיין מער. כ׳האָב אויך געזען אַ לויפֿל־מאַשינקע צו וועלכן מע קען צוטשעפּען אַ „שויסערל‟ (שויס־קאָמפּיוטער) און לייענען בליצבריוולעך לויפֿלענדיק. מע קען זיך שוין אַן עצה געבן און נישט זיצן אַזוי פֿיל. כ׳ל זיך נישט משוגע מאַכן מיט אײַנלאָדן אַ שויסערל צו אַ לויפֿל־מאַשינקע נאָר גראַדע העכערן דעם קאָמפּיוטער מיט — אַ קאַרטאָן!

יאָ, איר זעט? מע דאַרף זיך נעמען אין די הענט אַרײַן. בין איך אַראָפּגעגאַנגען אין קעלער און דאָרטן גענישטערט אין די קאַרטאָנען פֿון אַלערליי גרייסן וואָס ס׳האָבן זיך דאָרטן בײַ מיר אַנגעקליבן אַ גאָנץ יאָר, ביז כ׳האָב געפֿונען איינעם פֿון די גרעסערע קאַרטאָנען, גענוג גרויס כ׳זאָל אויף אים קענען אַוועקשטעלן דאָס שויסערל און איך האָב זיך דערפֿרייט. אָבער איידער כ׳בין צוריק אַרויף צו זיך אין ביוראָ האָב איך זיך דערמאָנט, אַז ס׳איז גוט וואָס סיאיז נאָך פֿאַר פּסח און נישט נאָך פּסח. ווײַל נאָך פּסח וואָלט איך שוין דעם פֿײַנעם קאַרטאָן נישט געפֿונען. איך לאָז איבער דאָס פּסח ראַמען אין קעלער ביזן סוף פֿונעם ראָמען און איך וואַרף אַרויס אַלע קליינע קעסטעלעך און קאַרטאָנען. 

אוודאַי האָט דאָס זאָרגן זיך און דאָס זוכן געדויערט אַ שטיקל צײַט, אָבער איצט קען איך האָבן אַ רויִקן קאָפּ. איך וועל זיצן ווייניקער און דאָס בלוט וועט גיכער פֿליסן, פֿליסן ווי אַ ריזלענדיק ריטשקעלע דורך די אַרטעריעס און אָדערן און איך וועל לעבן ביז הונדערט און צוואָנציק אָן שום שאָדן נישט צום האַרץ, נישט צו דער אונטערמאָגן־דריז, און נישט צו דער גראָבע קישקע. זאָלן דאָס אַלע די שׂונאי־ישׂראל האָבן אָבער נישט איך. איך וועל האָבן אַריכות־ימים ווײַל איך שטיי שוין אויף די פֿיס!

כ׳האָב זיך אָבער צו פֿרי גראַטולירט. ס׳האָט זיך גערעדט גרינגער ווי ס׳האָט זיך געטאָן. דער קאַרטאָן איז נישט געווען אַזוי סטאַביל ווי כ׳וואָלט געוואָלט און האָט זיך אַ ביסל געגליטשט ווען בשעת איך בין געשטאַנען צו נאָענט צום „שויסערל‟ האָב איך אים, נישט ווילנדיק און אַפֿילו נישט וויסנדיק, אָנגעשטויסן. און וווּ זאָל איך לייגן די פּאַפּירן מײַנע — די נאָטיצן, די וויצן, וואָס איך האָב אָנגעשריבן פֿאַר דער מעשׂה? כ׳האָב געפּרוּווט זיי האַלטן אין דער לינקער האַנט בעתן טיפּירן מיטן ווײַזפֿינגער פֿון דער רעכטער. ווען כ׳האַב געוואָלט געפֿינען אַ געוויסן וויץ זענען מיר אַלע פּאַפּירן אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער פּאָדלאָגע. וועלנדיק זיי כאַפּן האָב איך איבערגעקערט דעם קופֿל איבערגעבליבן טיי אויפֿן שרײַבטיש. און כ׳האָב ווידער פֿאַרלוירן צײַט אויסצוּווישן די טיי, פּרוּוונדיק צו ראַטעווען די שטיקלעך אויסגעווייקטע פּאַפּירן און צונויפֿקלײַבן די וואָס ליגן צעוואָרפֿן איבערן דיל. כ׳האָב שוין פֿאָרגעזען, אַז זיי ווידער צו אָרגאַניזירן וועט דויערן מער ווי אַ שעה. טרערן זענען מיר געשטאַנען אין די אויגן און כ׳האָב גוט פֿאַרשאַנען, אַז כ׳בין נישט קיין גרויסע חכמת און נישט קיין קליינער נאַר.

 דעם רעדאַקטאָר פֿונעם ”וויצלער“ האָב איך געהאַט צוגעזאָגט, אַז ער וועט די מעשׂה האָבן אין אַ טאָג צוויי און כ׳האָב נאָך גאָרנישט נישט אָנגעשריבן. בעטשען וועט דאָ גאָרנישט העלפֿן. די איינציקע עצה איז אַז איך מוז זיך אַוועקזעצן און זיך נעמען צו דער אַרבעט. כּדי צו טיפּירן וועל איך מוזן זיצן, אָבער נישט זיצן צו לאַנג. אַז מע באַטראַכט דעם ענין מיט קאָפּ זעט מען, אַז ס׳איז נישט דאָס זיצן וואָס איז דעם מענטשן שעדלעך נאָר דאָס זיצן צו לאַנג! ווי לאַנג איז דען צו לאַנג, וועט איר פֿרעגן, וועל איך אײַך ענטפֿערן אַז די אַלע מבֿינים עצהן מע זאָל נישט זיצן מער ווי אַ האַלבע שעה אָן זיך אויפֿצוהייבן און אַרומצוגיין כאָטש פֿינף מינוט. איז גוט! דאָס קען איך טאָן און כ׳וועל קענען אַרבעטן ווי אַ נאָרמאַלער מענטש.

 אָבער יעצט האָט זיך אָנגעהויבן אַ זוכעניש! איך בין אַרומגעגאַנגען איבערן גאַנצן הויז זוכן דעם זאַמדזייגער וואָס איך געדענק די טאַנטע רבֿקה האָט מיר איבערגעלאָזט בירושה. ס׳האָט געדויערט מער ווי אַ שעה אים צו געפֿינען, און ווען כ׳וואָלט געדענקט, אַז ער מעסט אָפּ נאָר פֿינף מינוט ביז מע דאַרף אים איבערקערן וואָלט איך נישט געפּטרט אַזוי פֿיל צײַט אויף דעם. אָבער באַלד בין איך געפֿאַלן אויף אַן אַנדער עצה. איך האָב אַ קיכזייגער וואָס איך ניץ אים צום אָפּקאָכן אייער. ער קען מעסטן צײַט ביז אַ שעה.

גוט. ער ליגט אין קליינעם שופֿלאָד לעבן אויוון. איך נעם אים אַרויף צו זיך אין ביוראָ, שטעל אים אָן ער זאָל אין אַ האַלבע שעה קלינגען, וואַרף אַוועק דעם קאַרטאָן און נעם זיך צום שרײַבן.

נישט בײַ אַלע שרײַבערס גייט דאָס שרײַבן ווי אַ מיזמור. איך געהער צו די וואָס מוזן טראַכטן אַ ווײַלע איידער איך שרײַב. איך ווייס, אַז כ׳וויל דערציילן עטלעכע גוטע וויצן, אָבער ווי הייב איך אָן? זאָל איך צו ערשט דערציילן בײַ וועמען איך האָב זיי געהערט? אָדער זאָל איך גלײַך אַרײַנשפּרינגען? פֿון מגילת־אסתּר דרינגט מען אַרויס, אַז מע באַקומט אַ שׂכר ווען מע זאָגט דעם מקור פֿון זאַכן וואָס מע גיט איבער. כ׳וואָלט געוואָלט געבן אַ טראַכט צי דאָס גילט אויך פֿאַר וויצן, אָבער דער קאָפּ איז מיר נישט רויִק. איך קען נישט קלאָר טראַכטן ווײַל איך הער כּסרר דעם הויכן טיקטאָק, טיקטאָק פֿונעם קיכזייגער. עס באַנעמט דעם גאַנצן מוח. איך קען נישט אַרבעטן מיט אַזאַ גערודער אין די אויערן. טיקטאָק, טיקטאָק!

אין דעם מאָמען גיט דער זייגער אַ קלונג. שוין אַוועק אַ האַלבע שעה? כ׳וואָלט נישט געגלייבט, אַז איך זיץ אַזוי פֿאַרטראַכט (און קען גאָרנישט אויסטראַכטן) שוין אַ האַלבע שעה. נו, דער זייגער טויג אויך אויף כּפּרות אָבער איך מוז זיך איצט אויפֿשטעלן און אַרומגיין!

איך גיי אַראָפּ אין קעלער צוריקלייגן דעם קאַרטאָן און ס׳ווערט מיר שוואַרץ פֿאַר די אויגן. ס׳אַראַ באַלאַגאַן כ׳האָב פֿריִער געמאַכט! אַלץ ליגט צעוואָרפֿן ווי אין אַ הקדש. כ׳מוז דאָ מאַכן אַ טאָלק, ווײַל איך געדענק די רייד פֿון דער מאַמען ע״ה: ”בעלעבוסטע, אַ הקדש האָסטע!“ כ׳הייב אָן אַוועקלייגן די קאָרטאָנען ווען איך דערמאָן זיך, אַז געוויינטלעך ערבֿ־פּסח וואַרף איך דאָס אַלץ אַוועק, ווײַל כ׳האָב מורא אַז אין די שפּאַרעס ליגן אפֿשר שפּורן חמץ. ס׳איז צוויי וואָכן פֿאַר פּסח. פֿאַראַיאָרן בין איך שוין געווען אין גאַנצן פּסחדיק אין דער צײַט: דאָס הויז ריין אין אַלע קאָנטעס, דער פֿרידזשידער אויסגעוואַשן און באַצויגן אָדער באַדעקט מיט זילבער־פּאַפּיר, דער טיש און די קאָכטישן פֿאַרבריט מיט זודיק וואַסער, די ווענט געוואַשן, דאָס חמץ גרייט צו פֿאַרברענען… און דאָ דריי איך זיך אַרום ווי אַ קאַץ אָן אַן עק און טראַכט וועגן וויצן!! יענע בעלעבאָסטע בין איך. און איך נעם זיך צו דער אַרבעט, אָנפֿילן פּלאַסטישע טאָרבעס אַרויסצוּוואַרפֿן. ווען דער רוקן האָט מיך אָנגעהויבן וויי צו טאָן פֿון אַזוי פֿיל זיך אַראָפּבייגן, האָב איך ווידער געטראַכט וועגן דעם רעדאַקטאָר וואָס וואַרט איך זאָל ענדיקן די מעשׂה. כ׳אַרבעט שוין אין קעלער מער ווי אַ האַלבע שעה, קען איך זיכער זיצן אויף אַ בענקל ווי אַ מענטש אַ האַלבע שעה. ניין?

איצט איז מיר שוין מער נישט אָנגעגאַנגען ווער ס׳האָט מיר דעם וויץ דערציילט. ווײַל דעם אמת געזאָגט געדענק איך בכלל נישט ווער ס׳האָט וואָס געזאָגט, און אַ חטא בשוגג ווערט נישט פֿאַררעכנט ווי קיין גרויסער זינד.

אַזוי האָב איך טאַקע געטאָן. אַנשטאָט אַן אַלאַרם, האָב איך גענומען קוקן אויף דער צײַט וואָס שטייט קלאָר אָנגעוויזן אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן; האָב איך יעדע עטלעכע מינוט געכאַפּט אַ בליק אויף דער צײַט. און כ׳האָב געקלערט אַזוי לאַנג אַז כ׳האָב נאָר אָנגעשריבן איין וויץ:

דאָס פֿינף־יעריק גיטעלע קומט אַהיים פֿון שולע און לויפֿט גלײַך צו צו דער מאַמען. „מאַמע, מאַמע, די לערערקע אונדזערע האָט אונדז געזאָגט, אַז אויף דער וועלט זענען הײַנט דאָ זיבן און אַ האַלב ביליאָן מענטשן. זי האָט אָנגעשריבן אַזוי פֿיל זעראָס אויפֿן טאָוול. איז דאָס אמת? וויי קען דאָס זײַן? ווי האָבן זיך אָנגעקליבן אַזוי פֿיל מענטשן?“

”יאָ, מײַן טײַערע, מסתּמא זענען שוין דאָ אַזוי פֿיל מענטשן אויף דער וועלט, און עס האָט זיך אַלץ אָנגעהויבן מיט אָדם הראשון און דער מוטער חווה. זיי האָבן חתונה געהאַט און געהאַט קינדער. זייערע קינדער האָבן חתונה געהאַט און האָבן אויך געהאַט קינדער. און אַזוי און אַזוי ביז עס האָט זיך אָנגעקליבן מיליאַרדן מענטשן.“

”טאַקע אַזוי, מאַמע? איך וועל פֿרעגן דעם טאַטן.“

גיטעלע האָט דעם טאַטן געשטעלט די זעלבע פֿראַגע, אָבער דעם טאַטנס ענטפֿער איז געווען אין גאַנצן אַנדערש. ער האָט איר דערציילט, אַז מענטשן שטאַמען גאָר פֿון מאַלפּעס. גיטעלע האָט זיך דערשראָקן. זי איז צוריקגעלאָפֿן צו דער מאָמען מיט אַ געוויין און איר דערציילט וואָס דער טאַטע האָט איר געזאָגט. ”וואָס איז דער אמת?“ האָט זי געפֿרעגט.

די מאַמע האָט געלאַכט, באַרויִקט דאָס טעכטערל און געזאָגט: ”איך האָב דיר דערציילט וועגן מײַן משפּחה און דער טאַטע האָט דיר דערציילט וועגן זײַנער!“

כ׳האָב גיך אויסגעשפּרונגען פֿון בענקל. מיטן קלערן און מיטן שרײַבן: 35 מינוט. איצט בין איך געלאָפֿן אין קיך אַרײַן מיט אַ ברען, טראַכטנדיק אַז באַלד וועט זײַן פּסח און איך זיץ און שרײַב נאַרישע וויצן. האָב איך מיט אַן אימפּעט זיך אַוועקגעשטעלט אויפֿן קיך־לייטערל און אויסגעליידיקט די העכסטע פּאָליצע. דאָרט זענען געשטאַנען די כּלים וואָס איך ניץ נישט זייער אָפֿט, האָט זיך מיר זייער געוווּנדערט וואָס עס געפֿינען זיך דאָרטן קרישקעס. ווי קומען אַהער, אַזוי הויך, די קרישקעס? נו, דערפֿאַר דאַרף מען זײַן זייער פֿאָרזיכטיק מיטן ראַמען. נאָכן אָפּראַמען אַ צווייטע פּאָליצע האָט מיך אָנגענומען אַן אַפּעטיט צו רייניקן נאָך אַ פּאָליצע, און נאָך אַ פּאָליצע. און ראַמענדיק איז מיר געקומען אין געדאַנק אַן אַנדער וויץ. כ׳האָב שוין כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן אַז איך האַלט אין מיטן שרײַבן אַ מעשׂה. איצט איז שוין געווען נײַן אַ זייגער. אפֿשר קען איך נאָך אָנשרײַבן דעם וויץ איידער איך פֿאַל פֿון די פֿיס.

האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און געשריבן:

די משפּחה שאַפּיראָ האָט זיך געזעצט צום טיש עסן וואַרעמעס.

”מאַמע,“ פֿרעגט יאַנקעלע ”זענען ווערעם כּשר?“

”אוודאַי נישט. פֿאַרוואָס פֿרעגסטו?“

”מיט עטלעכע מינוט צוריק האָב איך געזען אַ פֿעטן וואָרעם אין דײַן סאַלאַט, אָבער איצט זע איך אים נישט מער.“

כ׳בין שוין געווען זייער מיד אָבער כ׳האָב געמיינט, אַז כ׳האָב גענוג כּוח אָנצושרײַבן כאָטש נאָך איין וויץ. אָבער וועלעכער? כ׳האָב גענישטערט די פּאַפּירן אויפֿן שרײַבטיש וווּ סע געפֿינען זיך די קליינע שטיקעלעך פּאַפּיר מיט די וויצן, און טרעפֿט וואָס איך האָב דאָרטן אַטנדעקט? אַן אַרטיקל, געשריבן פֿון אַ דאָקטער, וואָס איך האָב מיט עטלעכע חדשים פֿריִער געהאַט אָפּגעדרוקט. וואָס שרײַבט ער דאָרטן? ווי שלעכט און שעדלעך עס איז פֿאַרן מענטשלעכן קערפּער צו שטיין צו לאַנג אויף די פֿיס!! יאָ, יאָ!!

ער שרײַבט אַז מע קען באַקומען געדראָלענע (וועריקאָז) אָדערן ווען די שווערקראַפֿט פֿון דער ערד ציט בלוט אַראָפּ צו די נידעריקע טיילן פֿון קערפּער און דאָס קען אָפּשוואַכן די קלאַפּעס אין די אָדערן. און אַז מע שטייט צו פֿיל און מע באַקומט (אָפּגעהיט זאָל מען ווערן: פּו, פּו, פּו!) די געדראָלענע אָדערן קענען זיי אויך דערפֿירן צו האַרצקרענק, אַ הויכן בלוטדרוק און אַנדערע צירקולאַציע פּראָבלעמען.

צום סוף האָב איך אויסגעפֿונען, אַז פֿון מאַכן פּסח איז מיר צוגעקומען אַ שטיק געזונט: איך זיץ נישט צו לאַנג, איך שטיי נישט צו לאַנג אויף איין אָרט ווײַל איך באַוועג זיך אַ סך מיטן אײַנפּאַקן, אויפֿפּאַקן אַוועקלייגן, אײַנקויפֿן און קאָכן. כ׳בין זעכצן מאָל אַרויפֿגעגאַנגען די טרעפּ, פֿיר מאָל אויפֿגעהויבן איבערן קאָפּ שווערע טעפּ, דרײַ מאָל זיך אין גאַנצן אויסגעצויגן אויף דער פּאָדלאָגע כּדי גוט אויסצוּווישן אַ ווינקל פֿון אַ נידעריק שענקל. סיאיז געווען בעסער ווי איין שעה אין ספּאָרטקלוב, ווײַל כ׳האָב דאָס געטאָן עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד.

די וויצן וועלן אָבער דאַרפֿן וואַרטן ביז נאָך פּסח. מע קען נישט טאַנצן אויף אַלע חתונות.