אַ לערער צון אַ לערער איז נישט גלײַך

Teachers Come In All Shapes and Sizes

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published April 03, 2018.

די מעשׂה איז אַזאַ: יאָרן לאַנג בין איך געווען אַ סטודענט, דערנאָכדעם אַ לערער, איצט בין איך ווידער אַ מאָל אַ סטודענט. ווייס איך דעם טעם סײַ פֿון דרשענען פֿאַר אַן עולם אינטערעסירטע צי האַלב אינטערעסירטע, סײַ פֿון צוהערן זיך בשעת ס׳דרשנט אַן אַנדערער…

לערערס זענען פֿאַראַן כּלערליי: די וואָס האָבן ליב צו רעדן און די וואָס האָבן ליב צו הערן; די וואָס רעדן צו דער זאַך און די וואָס רעדן נישט צו דער זאַך; די וואָס גרייטן שוין צו פֿון פֿריִער וואָס זיי וועלן רעדן און די וואָס גרייטן זיך נישט צו.

לערערס זענען כּמעט אַזוי פֿאַרשיידן ווי מענטשן. ווי האָט געשריבן דער טונקעלער אין זײַן פּאַדאָדיע פֿון נח פּרילוצקי:

„אַ מענטש איז אַזאַ באַשעפֿעניש וואָס טראָץ זײַנע אַלע מעלות קען ער — רעדן…. אַ נאַר רעדט, וואָס ער ווייס, אַ קלוגער ווייס, וואָס ער רעדט, אַ דיפּלאָמאַט רעדט נישט, וואָס ער ווייס, און אַ רעדנער ווייס נישט, וואָס ער רעדט“. פּונקט אַזוי זענען לערערס: פֿאַראַן לערערס נאַראָנים, לערערס חכמים, לערערס דיפּלאָמאַטן, אַפֿילו לערערס רעדנערס…

זענען די בעסטע לערערס די חכמים, וואָס זיי ווייסן וואָס זיי רעדן? לאַוו־דווקא. אַ לערער קען זיך זײַן אַ קלוגער און אַ גרויסער קענער דערצו; אויב, אָבער, ער דרשנט מאָנאָטאָן הערט מען זיך נישט צו, מע כאַפּט גיכער אַ דרימל. אָט האָט מיר אַ באַקאַנטער דערציילט פֿון אַ פּראָפֿעסאָר וואָס האָט געהאַלטן לעקציעס אין אַ גרויסן זאַל, מיט הונדערטער זיצערטער. נאָר אַז גאָט האָט געהאָלפֿן, אין קלאַס זענען געווען בלויז צוויי סטודענטן, האָט ער סײַ ווי סײַ גערעדט נישט צו זיי, נאָר צום גאַנצן זאַל! געווען אַ צווייטער פּראָפֿעסאָר וואָס פֿלעג זיך זייער גוט צוגרייטן, אויסשרײַבן זײַנע לעקציעס און זיי פֿאָרלייענען פֿאַר די סטודענטן. טרעפֿט זיך אַ מאָל, אַז זײַנע געשריבענע נאָטיצן האָט ער פֿאַרגעסן אין דער היים. נישקשה, ער האָט אַזוי גוט געקענט דעם לימוד, אַז אַפֿילו אָן די נאָטיצן האָט ער געהאַלטן די לעקציע, פֿון אויסנווייניק. מיט אַ וואָך שפּעטער האָט ער שוין יאָ מיטגעברענגט די נאָטיצן, און דאָס מאָל געלייענט פֿונעם געשריבענעם טעקסט… די זעלביקע לעקציע וואָס די פֿריִערדיקע וואָך.

פֿאַראַן אויך לערערס „געמישטע“: זיי גרייטן זיך צו, אַזוי רעדן זיי צו דער זאַך, נאָר אויב ס׳פֿאַלט זיי עפּעס אײַן אַ שיינע מעשׂה אָדער אַ פֿעפֿערדיקער וויץ קענען זיי זיך נישט אײַנהאַלטן, נאָר זיי רײַסן איבער די לעקציע כּדי מזכּה צו זײַן דעם קלאַס מיט דעם דאָזיקן חכמהלע. ווי סע שטייט אין פּרק: איזהו גיבור? הכּובֿש אַ גלײַכווערטל! זענען אָט די לערערס ווײַט נישט קיין גיבורים.

אַן ענלעכער טיפּ לערער איז איינער וואָס האַלט זיך יאָ אײַן, אַליין וואָלט ער קיין מאָל נישט דערציילט קיין וויץ. נאָר טאָמער פֿרעגט מען אים עפּעס וואָס איז נישט שייך צום לימוד, נאָר וואָס וועגן דעם האָט ער ליב צו רעדן, זאָגט ער, אַז מילא, צוויי ווערטער וועגן דעם אַנדערן ענין קענען נישט שאַטן. פֿאַררעדט ער זיך, אָבער, און רעדט אַוועק אַ האַלבע שעה. ערשט דעמאָלט כאַפּט ער זיך, אַז ער איז פֿאַרקראָכן אין אלף השישי אַרײַן.

בײַ אַזאַ מין לערער בין איך אַ מאָל געווען אַ סטודענט, פֿלעגן מיר סטודענטן זיך קאָנקורירן ווער ס׳קען דעם לערער וואָס לענגער אַראָפּפֿירן פֿון וועג. ווער ס׳האָט געזען, ער זאָל זיך פֿאַררעדן אויף עטלעכע מינוט, ווער — אַ פֿערטל שעה, ווער — אַ האַלבע שעה, ווער — נאָך לענגער. איין מאָל האָבן מיר זיך צוזאַמענגעלייגט און געזען, ער זאָל אַוועקרעדן די גאַנצע צוויי שעה. ערשט אַ פּאָר מינוט פֿאַרן ענדיקן די לעקציע האָט ער זיך דערמאָנט, אַז נישט וועגן דעם האָט ער בדעה געהאַט צו רעדן. נאָר זײַן רעדן פֿון אַרבל איז געווען ממש די פֿינגער צו לעקן, אַ סך בעסער ווי דער לימוד אַליין.

געהאַט האָב איך אַ מאָל אַן אַנדער לערער וואָס ער פֿלעג זיך אויך פֿאַררעדן, אויף אַ קורצער צײַט, און באַלד זיך געבן אַ כאַפּ, אַז ער מוז זיך אומקערן צום ענין. פֿלעג ער זיך האַלב פֿאַרענטפֿערן פֿאַַרן קלאַס, וואָס ווען ער וואָלט גערעדט מאַמע־לשון וואָלט ער עס אַוודאי פֿאָרמולירט: „לאָמיר איבערלאָזן דעם בן־מלך און זיך אומקערן צו דער בת־מלכּה“. אין אַ שיינעם טאָג הייבט ער אָן די לעקציע, דערנאָך פֿאַררעדט ער זיך, נאָך דעם ברענגט ער אַרויס דעם פּיזמון „לאָמיר איבערלאָזן דעם בן־מלך און זיך אומקערן צו דער בת־מלכּה“ און הייבט אָן רעדן נישט וועגן דעם שייכדיקן ענין, נאָר וועגן עפּעס אין גאַנצן אַנדערש. הייב איך, שייגעץ, אויף אַ האַנט און גיב אים אַ שטאָך: פּראָפֿעסאָר, איר האָט זיך נישט אומגעקערט צו דער ריכטיקער בת־מלכּה… ווען ער האָט נישט קיין חוש פֿאַר הומאָר וואָלט ער דאָך מיך דורכגעוואָרפֿן.

נו, און וואָסער מין לערער, מיינט איר, בין איך געווען? וועל איך אײַך אויסזאָגן: מיט אַלע מעלות — כ׳האָב פֿײַנט געשריבענע נאָטיצן, כ׳פֿאַררעד זיך, כ׳כאַפּ זיך צו פֿיל אַרויס מיט אַ חכמהלע (קיין גיבור בין איך דאָך נישט) — און פֿונדעסטוועגן זאָגט מען מיר, אַז כ׳טויג פֿאַר אַ לערער…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.