ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

ד״ר יאַן גראַבאָווסקי
ד״ר יאַן גראַבאָווסקי

Published April 03, 2018.

פּוילישער פּראָפֿעסאָר זאָגט וואַרשעווער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ אַז די פּאָליאַקן האָבן יאָ געהאָלפֿן די דײַטשן מאָרדעווען די ייִדן אין פּוילן

די פּוילישע רעגירונג וויל איבערצײַגן די וועלט און מסתּמא אויך זיך אַליין אַז די פּאָליאַקן האָבן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה געליטן פּונקט אַזוי פֿיל ווי די ייִדן און דערפֿאַר האָבן זיי מיטן אומקום פֿון די פּוילישע ייִדן גאָרנישט צו טאָן.

פּראָפֿעסאָר יאַן גראַבאָווסקי האַלט די דאָזיקע רייד פֿאַר פֿאַלשע. גראַבאָווסקי באַטאָנט אין אַן אינטערוויוּ די וואָך פֿאַר דער גרויסער וואַרשעווער צײַטונג „גאַזעטאַ וועבאָרטשאַ‟ אַז פּאָליאַקן האָבן יאָ געהאָלפֿן די דײַטשן מאָרדעווען פּוילנס ייִדן.

גראַבאָווסקי האַלט אַז די פּוילישע רעכטע נאַציאָנאַליסטן וואָס דערמאָנען שטענדיק אַז צווישן די חסידי אומות העולם זענען געווען זעקס טויזנט פּאָליאַקן טוען עס צוליב זייערע אייגענע צילן. זיי ווילן שאַפֿן דעם אײַנדרוק אַז ראַטעווען ייִדן איז געווען די נאָרמע. דאָס איז נישט אמת, זאָגט גראַבאָווסקי.

גראַבאָווסקי דערציילט פֿון אַ ייִדיש מיידל וואָס איז אַנטלאָפֿן פון די דײַטשן אין סאַדאָוונע, אַן ערך פֿופֿציק קילאָמעטער מזרח פֿון וואַרשע. בײַ נאַכט האָט זי זיך באַהאַלטן אין אַ טאַרטאַק. אין דער פֿרי האָט זיך אַ גרויסער עולם פאַרזאַמלט אַרום איר. אַ יונגער פּאָליאַק, אַן אַרבעטער, האָט געוואָלט אַראָפּנעמען די לעדערנע שטיוול אירע. האָט ער גענומען אַ האַק און צעהאַקט אירע פֿיס אונטער די קניס.

גראַבאָווסקי שטערט דער פֿאַקט אַז די זעלבע מענטשן וואָס נוצן אויס די העראָיִשע מעשׂים פֿון די חסידי אומות העולם פֿאַר זייער פּראָפּאַגאַנדע זענען אָפֿט מאָל אָנהענגערס פֿון רעכטע, אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס.

אַז מען רעדט פֿונעם עבֿר, דאַרף מען האָבן דעם מוט צו זאָגן דעם אמת, אַפֿילו ווען ס’איז נישט באַקוועם — אָט דאָס איז די הויפּט־טענה פֿון פּראָפֿעסאָר גראַבאָווסקי.

דער זשורנאַליסט פֿון דער „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ האָט געוואָלט וויסן פֿאַר וואָס האַלט גראַבאָווסקי אַז די פּאָליאַקן טראָגן דאָס אחריות פֿאַרן טויט פֿון צוויי הונדערט טויזנט ייִדן בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

גראַבאָווסקי האָט געענטפֿערט אַז נישט אַלע ייִדן האָבן די פּאָליאַקן אַליין דערמאָרדעט. אַ טייל האָבן זיי געמסרט. פֿאַר די ייִדן איז דער סוף געווען דער זעלבער. אינעם פֿרילינג פֿון 1942 האָבן די דײַטשן אָנגעהויבן ליקוודירן די געטאָס און שיקן די ייִדן אין די אומברענג-לאַגערן. עס זענען געווען צוויי מיט אַ האַלב מיליאָן ייִדן אין די געטאָס.

דער פּוילישער ייִדישער היסטאָריקער שמעון דאַטנער שאַצט אַז מער ווי צוויי הונדערט טויזנט ייִדן זענען דעמאָלט אַנטלאָפֿן. זיי האָבן געוואָלט זיך ראַטעווען אויף דער אַרישער זײַט. אַן אַנדערער היסטאָריקער, שמואל קראַקאָווסקי, האַלט אַז דאָס זענען געווען דרײַ הונדערט טויזנט ייִדן. גראַבאָווסקי איז מסכּים מיט אים.

וויפֿל ייִדן זענען ניצול געבליבן אין פּוילן נאָך דער מלחמה? דער ענטפֿער איז פֿופֿציק טויזנט, זאָגט גראַבאָווסקי. הייסט עס, אַז פֿון די 250,000 ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן זענען 200,000 אומגעקומען. דאָס רובֿ פֿון זיי זענען אומגעקומען ווײַל די פּאָליאַקן האָבן זיי דערהרגעט אָדער געמסרט.

פּראָפֿעסאָר גראַבאָווסקי זאָגט אַז ער פֿאַרשטייט גאַנץ גוט אַז די דאָזיקע פֿאַקטן זענען פֿאַר די פּאָליאַקן שווער אָנצונעמען. באַהאַלטן זיך פֿונעם אמת איז אָבער נישט קיין לייזונג, טענהט ער.

צום סוף וואָלט געווען מסתּמא יושרדיק צו דערמאָנען אַז אַזאַ חשבון-הנפֿש וואָס מע זעט די טעג אין פּוילן קומט נישט פֿאָר אין די אַרומיקע לענדער, ווי אוקראַיִנע אָדער די באַלטישע לענדער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.