„ווײַבערטײַטש‟ „רעדט‟ מיט רות רובין

Vaybertaytsh "Speaks" with Ruth Rubin


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published April 04, 2018.

סאָסיע פֿאָקס, די גרינדערין און אָנפֿירערין פֿון „ווײַבערטײַטש‟, האָט לעצטנס אָנגענומען עטלעכע שריט מיטן ציל צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון איר פּאָדקאַסט.

קודם הייבט זי אָן צוזאַמענצואַרבעטן מיט אָרגאַניזאַציעס און פֿירמעס, זיי זאָלן אונטערשטיצן אַן עפּיזאָד און באַקומען דערפֿאַר אַ רעקלאַמע בשעת דער פּראָגראַם. זי האָט לעצטנס אויך געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, אַז די וואָס ווילן שענקען געלט „ווײַבערטײַטש‟ קענען דאָס געלט געבן דורך „יוגנטרוף,‟ מע זאָל קענען די באַשטײַערונג אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן. דערבײַ הייבט „ווײַבערטײַטש‟ אָן דעם פּראָצעס צו ווערן אַ „ניט־פּראָפֿיטיקע‟ אָרגאַניזאַציע פֿאַר זיך, עפּעס וואָס דויערט געוויינטלעך אַנדערהאַלבן יאָר.

אין צוזאַמענהאַנג מיט די נײַע אַנטוויקלונגען האָט די פּראָגראַם לעצטנס לאַנצירט אַ נײַעם מין עפּיזאָד. אינעם אַנומלטיקן קאַפּיטל פֿאָלגט פֿאָקס אַ שטיקל עצה וואָס זי האָט באַקומען פֿון ד׳׳ר דוד ראָסקעס, דהיינו, איר פּראָגראַם זאָל ניט בלויז זײַן געווידמעט לעבעדיקע פּערזענלעכקייטן, נאָר אויך די וואָס זענען שוין אויף יענער וועלט.

אינעם נײַעם עפּיזאָד „רעדט‟ פֿאָקס מיט דער פֿאָלקזינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין דורך אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ לעקציע וואָס רובין האָט געהאַלטן אין 1978, ווי אויך רעקאָרדירונגען פֿון איר מוזיק. אינעם עפּיזאָד דערקלערט פֿאָקס פֿאַר וואָס זי האַלט רובין פֿאַר סײַ אַ העלד פֿון דער ייִדישער קולטור, סײַ פֿאַר אַ מוסטער פֿון פֿעמיניזם.

אינעם עפּיזאָד פּאַסט פֿאָקס צו די רעקאָרדירונגען אויף אַזאַ קינסטלערישן אופֿן, אַז עס קלינגט ווי זי פֿרעגט רובין אַ פֿראַגע און די באַרימטע פֿאָלקזינגערין ענטפֿערט אויף איר. אַחוץ רובין שמועסט פֿאָקס מיט ד׳׳ר דוד ראָסקעס וועגן זײַן באַציִונג צו רובינען און אירע לידער. ראָסקעס דערקלערט, אַז אירע לידער האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף אים.

„זיי זענען געווען מײַן סידור,‟ זאָגט ראָסקעס אינעם עפּיזאָד. „איך האָב געדאַוונט פֿון די לידער איידער איך בין געוואָרן אַ דאַוונער.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.