ווי די אונגאַרער האָבן טאַקע באַהאַנדלט די שארית־הפּליטה

How Hungarians Really Treated the Jewish Survivors

אַ סצענע פֿונעם פֿילם
אַ סצענע פֿונעם פֿילם

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 04, 2018.

נאָך דער מלחמה פֿלעגן די געראַטעוועטע ייִדן דערציילן ווי די אוקראַיִנער און פּאַליאַקן זענען באַפֿאַלן די פֿאָרנדיקע באַנען וואָס האָבן געפֿירט די שארית־הפּליטה אַהיים, און ווען זיי האָבן דערזען ייִדן, מענער, פֿרויען צי קינדער, פֿלעגן זיי אַרויסוואַרפֿן די ייִדן דורך די פֿענצטער פֿון באַן בלויז צו באַראַבעווען זייערע וואַליזקעס.

דעריבער בעט איך אײַך, למען השם, לאָזט נישט אַדורך דעם אונגאַרישן פֿילם „1945‟. אונדז, די געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, איז עס נישט קיין נײַעס וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען גלײַך נאָכן סוף פֿון דער מלחמה, ווען געראַטעוועטע ייִדן פֿון די בונקערס, קאַצעט־לאַגערן, לעבן געבליבענע פֿון סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן האָבן זיך גענומען אומקערן אַהיים, אין זייערע געבורט־שטעטלעך און דאָרט האָט זיי דערוואַרט נײַע סכּנות און הריגות.

דאָס ערגסטע איז פֿאָרגעקומען אין פּוילן, די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, אונגאַרער, רומענער, ליטווינער און אַנדערע שׂונאי־ישׂראל. אין 1946 האָבן די פּאָליאַקן אין קעלץ, למשל, אויסגעשאָכטן 42 געראַטעוועטע ייִדן. און אַזוי כּסדר זײַנען די ייִדן געווען אײַנגעשטעלט מיטן לעבן בײַם אומקערן זיך אַהיים נאָך דער מלחמה.

ווען איך מיט מײַן מאַמען זײַנען די ערשטע אַנטלאָפֿן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, סוף 1945, האָט מען זיך באַזעצט אין לאָדזש, מײַן מאַמעס געבורטשטאָט. מיר האָבן געהאַלטן בײַם איבערנעכטיקן אינעם קליינעם, שטיינערנעם הײַזל ווו עס האָבן געוווינט צוויי שוועסטער, געראַטעוועטע פֿונעם גרויליקן חורבן. האָט מען גלײַך די ערשטע נאַכט דערהערט דאָס זעגן פֿון די הילצערנע בעלקעס אויף וועלכע דאָס קליינע הײַזל האָט זיך געהאַלטן.

מײַן מאַמע האָט זיך דערשראָקן. „וואָס טוט זיך דאָ?‟ האָט זי געפֿרעגט בײַ די צוויי שוועסטער.

איז דער ענטפֿער געקומען: „דאָס זײַנען די פּאָליאַקן, זיי ווילן צעלייגן דאָס הײַזל. זיי טענהן אַז די ייִדן האָבן צווישן די ציגל באַהאַלטן גאָלד.‟ ווײַזט זיך אַרויס אַז אַ סך פֿון די פּאָליאַקן האָט מען גערופֿן „שמאַלצאָווניקעס‟ — יענע וואָס האָבן אויסגעגעבן די ייִדן פֿון באַהעלטעניש און יענע וואָס האָבן קאַלאַבאָרירט מיט די דײַטשן.

ווען איך רעד הײַנט מיט די געראַטעוועטע ייִדן, זאָגן זיי מיר אַז זייער שׂינאה איז געצילט מער צו די פּאָליאַקן ווי צו די דײַטשן. און אָט האָט אַן אונגאַרישער פֿילמאָגראַף באַוויזן צו ווײַזן דעם פּרצוף פֿון די מאַדזשיאַרן, די אונגאַרער הייסט עס, ימח שמם, גלײַך נאָך דער מלחמה אין 1945, ווען צוויי ייִדן קערן זיך אום אין זייער געבורט־שטעטל און באַוויזן ממש אַ שטיקל ערד־ציטערניש. דאָס שטעטל האָט מיט אַ מאָל גענומען גיין כאָדאָראָם פֿאַר שרעק:

„געוואַלד געשריגן, די ייִדן קומען צוריק! זיי וועלן צונעמען אונדזערע הײַזער, דאָס מעבל, דאָס געשיר, דאָס בעט־געוואַנט!‟

דער עיקר — אַלץ וואָס זייערע שכנים האָבן אָנראַבירט איידער מען האָט די ייִדן פֿאַרטיליקט. דאָס שטעטל לויפֿט אַרום ווי די פֿאַרסמטע מײַז, וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? אַזאַ אומגליק, אַ שאָד וואָס היטלער האָט נישט באַוויזן זיי אַלעמען אויסצוהרגענען.‟

דערווײַל גרייטן זיי זיך צו אַ חתונה און די ייִדן זײַנען געקומען שטערן זייער פֿרייד, זייער שׂימחה, טענהן זיי. דערצו זײַנען די ייִדן געקומען מיט צוויי שווערע קאַסטנס, ווער ווייסט וואָס זיי האָבן דאָרט באַהאַלטן, אפֿשר פֿלעשלעך פּאַרפֿומען, אפֿשר פּאָמאַדע און גאָלד מיט בריליאַנטן?

דאָס גוייִשע שטעטל ציטערט פֿאַר שרעק, עס כאַפּט זיי אַרום אַן אימת מוות, בשעת די צוויי, איינער אַן עלטערער ייִד, דער צווייטער — אַ בחור, באַגלייטן אַ בעל־עגלה וועלכער פֿירט די צוויי שווערע קאַסטנס, וווּהין? צו וואָס? בײַם סאַמע סוף דערוויסט מען זיך אַז זייער ציל איז דאָס ייִדישע בית־עולם.

דער רעזשיסאָר, פֿערענץ טאָראָק, אַליין אַן אונגאַרער וועלכער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי, האָט זיך אָנגעהערט גענוג מעשׂיות פֿון די ראַבונקעס און גענומען אויספֿאָרשן וואָס ס׳האָט טאַקע פּאַסירט מיט די ייִדן אין די שטעטלעך; דער עיקר — אין די קאַרפּאַטן־בערג, וווּ עס האָבן געוווינט פֿרומע ייִדן, זיך נישט פֿאָרגעשטעלט אַז זייערע אונגאַרישע שכנים לאַסטשען זיך און קוואַפּען זיך אויף זייערע דירות און קליינע הײַזעלעך, זייער מעבל און געפֿעס, טישטעכער און פֿאָרהאַנגען.

די שכנים האָבן אַלץ צוגעראַבעוועט ווי די אויסגעהונגערטע שוואַרצע קראָען. זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין רויבפֿייגל, אָנגעוווירן לגמרי זייער מענטשלעך געשטאַלט און באַוויזן זייער אינערלעכע חיה.

און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז זעקס מיליאָן ייִדן וואָלטן נישט אומגעקומען ווען נישט מיט דער הילף פֿון זייערע שכנים. הײַנט מאַכן זיך די שכנים ווי אומשולדיקע שעפֿעלעך נעבעך, בפֿרט די פּאָליאַקן.

די צוויי ייִדן ברענגען די צוויי קאַסטנס מיט די טליתים פֿון די אומגעקומענע שטעטל־ייִדן, אויף קבֿר־ישׂראל.

וויסן זאָל די וועלט אַז כּמעט אין יעדן מזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל האָט מען גענוצט די ייִדישע מצבֿות פֿאַר טרעפּ וואָס פֿירן צום אַרײַנגאַנג פֿון אַ קלויסטער, מע האָט מיט די ייִדישע מצבֿות געלייגט וועגן, און געבויט ווענט.

בקיצור, פֿאַרפֿעלט נישט דעם אויסערגעוויינטלעכן פֿילם „1945‟. די וועלט איז שטום, טויב און בלינד ווען ס׳קומט צו אונדזער אומגליק. צײַט צו וועקן דאָס געוויסן פֿון דער שולדיקער וועלט.