ישׂראלדיקער בעסטסעלער פֿאַרדאַמט פֿון לינקן לאַגער

Israeli Bestseller Condemned By the Peace Camp


פֿון דניאל גלאי

Published April 05, 2018.

ד”ר מיכה גודמאַנס בוך „מלכוד 67‟ (פֿאַרשטעפּעניש 67) — דער ישׂראלדיקער בעסטסעלער וועגן דער מחלוקת וואָס רײַסט אונטער די מדינה — האָט דערוועקט שאַרפֿע רעאַקציעס פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער — אהוד ברק, דעם געוועזענעם שעף פֿונעם „שין־בית‟ — עַמי אילון (אַיאַלאָן) און אַנדערע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שטייען בראש פֿון דער באַוועגונג „בלוי־ווײַסע צוקונפֿט‟.

ד״ר גודמאַן איז אַ פֿרומער ייִד און אַקאַדעמיקער וואָס פֿירט אָן מיט „עין פרת‟ — אַ ישׂראלדיקן לערן־אַנשטאַלט פֿאַר יונגע לײַט נאָכן פֿאַרענדיקן זייער מיליטער־דינסט.

וואָס טענהט ד״ר גודמאַן אין זײַן בוך, וואָס האָט אַזוי אויפֿגעברויזט זײַנע קעגנערס? דאָס איז אייגנטלעך די אַזוי גערופֿענע פֿאַרטשעפּעניש וואָס הערשט אין ציבור: אויב ישׂראל וועט זיך צוריקציִען פֿון די שטחים וועלן אונדז די פּאַלעסטינער באַפֿאַלן פֿון מער גינסטיקע קאַמפֿס-פּאָזיציעס און אויב מע בלײַבט אין די שטחים, וועט אונדזער באַהערשן אַ צווייטן פֿאָלק אונדז מאָראַליש פֿאַרקריפּלען און דערבײַ אויסמעקן סײַ די ישׂראלדיקע דעמאָקראַטיע סײַ די ייִדישע מדינה. דער ערשטער פּראָגנאָז — די קעגנערשאַפֿט צו פֿאַרלאָזן די שטחים — געהערט צום רעכטן לאַגער, בשעת די צווייטע — קעגנערשאַפֿט צו בלײַבן אויף די שטחים — געהערט צום לינקן. די לינק־געשטימטע זענען קעגן דער אָקופּאַציע און די רעכטע טענהן, אַז נאָך יעדן טעראָר-אַקט מוז מען בויען וואָס מער נײַע ייִשובים. אַזוי צי אַזוי איז די לאַגע אַ ביטערע און פֿון דאַנעט קומט דער באַגריף “פֿאַרטשעפּעניש” (Catch 67).

מיכה גודמאַן געפֿינט דערין אַ געוויסע סימעטריע: וועלכע פֿון די צוויי לייזונגען מע זאָל נישט פֿאָלגן, וועט עס סײַ־ווי דערפֿירן צו אַן אומגליק. דער מחבר באַטאָנט, אַז קיין ווירקלעכן דיאַלאָג קומט ניט פֿאָר צווישן די לינקע און די רעכטע. דערפֿאַר לייגט ער פֿאָר יאָ אַנטוויקלען אַזאַ דינאַמיק, וווּ יעדער צד הערט זיך צו צום צווייטן. כּדי אַזוינס דורכצופֿירן, קאָן דער דיאַלאָג זיך אָבער ניט אַנטוויקלען אויפן פֿלאַך פֿון די עקזיסטירנדיקע פּאָליטיש-אידעאָלאָגישע שטעלונגען, וועלכע זענען הערמעטיש פֿאַרפּאַנצערטע. מע מוז פֿאָרלייגן אַ צוגאַנג, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש צו קונסט — ניט זוכן ווער ס׳איז גערעכט, נאָר אַנטוויקלען אַ מיטגעפֿיל כּלפּי דעם אָפּאָנענט, רעדן מער אויפֿן גרונט פֿון סענסיטיווקייט, געפֿילן און אינטויִציעס.

די פּאָליטיקערס, טענהט גודמאַן, זענען ניט מסוגל דאָס צו טאָן. זיי זענען מיטלויפֿערס פֿון די הערשנדיקע שטימונגען אין דער באַפֿעלקערונג. זיי ווילן צוליב טאָן די עפֿנטלעכע מיינונג. דעריבער מוז מען, ערשטנס, משפּיע זײַן אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג און ערשט נאָך דעם וועלן די פּאָליטיקערס זיך צופּאַסן צו די נײַע שטרעבונגען. ווער דאַרף יאָ נעמען אויף זיך די דאָזיקע אויפֿגאַבע זענען די מער רוחניותדיקע פּערזענלעכקייטן וועלכע זענען ניט אַ טייל פֿונעם הערשנדיקן עסטאַבלישמענט.

איצט קאָנען מיר בעסער פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אויבן דערמאָנטע פּערזענלעכקייטן, אידענטיפיצירטע מיטן אַזוי גערופֿענעם „שלום־לאַגער‟, האָבן אָפּגעוואָרפֿן מיכה גודמאַנס טעזיס. אויב די סיטואַציע איז אַ סימעטרישע, ס’הייסט — אַז קיין אויסוועג איז ממילא ניט פֿאַראַן, איז ניטאָ קיין שום באַרעכטיקונג זיך קעגנצושטעלן דער הײַנטיקער ממשלה; מע דאַרף פֿאַקטיש לאָזן דעם מצבֿ ווי ער איז.

„׳פֿאַרטשעפּעניש 67׳ — האָט אהוד ברק געשריבן אין זײַן רעצענזיע אָפּגעדרוקטע אין ׳הארץ׳ — לײַדט פֿון גרויסע פֿעלערן ובעיקר ווײַל עס שאַפֿט אַן אויסגעטראַכטע סימעטריע צווישן די שטאַרקע דראָונגען אויף דער מדינה ווי עס שטעלן עס פֿאָר די לינקע, אַנטקעגן די טאַקטישע דראָונגען וואָס די רעכטע שטעלן פֿאָר. גודמאַנס בוך וועלכער איז דורכגעדרונגען מיט אַ רעכטער אידעאָלאָגיע, זעט ניט די רעאַלע דראָונג קעגן מדינת־ישׂראל.‟ דער הויפּט־אַרגומענט און קריטיק פֿון דער „ווײַס-בלויער-באַוועגונג‟ איז, אַז זיי רעדן ניט נאָר אין נאָמען פֿון שלום־לאַגער, אלא אין נאָמען פֿון די ייִדישע און אוניווערסאַלע ווערטן, וועלכע כאַראַקטעריזירן די ייִדישע מדינה.

וויכטיק איז צו פֿאַרשטיין גודמאַנס פּערזענלעכן הינטערגרונט. זײַן פֿאָטער איז אַ ייִד און די מוטער — אַ גיורת פֿון אַ קריסטלעכער משפּחה. זיי האָבן זיך באַקענט און פֿאַרליבט בשעת די דעמאָנטסראַציעס אין אַמעריקע קעגן דער וויעטנאַם־מלחמה. זי האָט זיך מגייר געווען און נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמהז האָבן זיי עולה געווען און זיך באַזעצט אין די שטחים.

מיכה איז הײַנט אַ תּושבֿ פון מעלה אדומים און איז אין גוטע באַציִונגען מיט זײַן מוטערס משפּחה — קריסטן און הייסע שטיצערס פֿון מדינת־ישׂראל. זײַן דאָקטאָראַט האָט ער געשריבן וועגן דער געשיכטע און היסטאָריאָגראַפֿיע פֿונעם רמב”ם און אין 2010 איז דערשינען זײַן בוך „די סודות פון מורה הנבֿוכים‟. הייסט עס, ווען ער איז געקומען צו באַהאַנדלען טעמעס פֿון רעאַל־פּאָליטיק איז ער געווען גוט באַהאַוונט מיט פֿילאָסאָפֿישע כּלים און ייִדישן וויסן. דעריבער קלערט ער אויף, אַז ניט דעם ישׂראלים־פּאַלעסטינער־קאָנפֿליקט איז ער אויסן פֿאָרצושטעלן; אים פֿאַראינטערעסירט גיכער די קעגנזעצלעכע וועלט-אַנשויונגען אין דער ישׂראלדיקער געזעלאַפֿט, זייערע הויפּט־געדאַנקען און ניט דווקא זייער טאָגטעגלעכע פּאָליטיק.

„די גרויסע טראַוומע אין רעכטן לאַגער — זאָגט גודמאַן — איז אַ רעזולטאַט פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע (1987), ווען די קאָלאָניסטן אין יהודה און שומרון האָבן אַנטפּלעקט, אַז זיי געפֿינען זיך אין אַ סכסוך מיט אַ פּאַלעסטינער פֿאָלק, מיט קינדער וועלכע וואַרפֿן שטיינער אויף די צה”ל־זעלנערס, און וועלן ניט אַזוי לײַכט מוותּר זײַן אויף זייערע נאַציאָנאַלע שטרעבונגען און דאָס פֿאַרטיידיקן זייער אייגענע ערד. די גרויסע טראַוומע בײַם לינקן לאַגער איז פֿאָרגעקומען נאָך דער צווייטער אינטיפֿאַדע (2005-2000). דאַן האָט אהוד ברק געפֿירט דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט יאַסער אַראַפֿאַטן און איז שוין געווען גרייט אויף אַ סך וויתּורים, ווען ס’האָט זיך באַוויזן דער ווילדער פּאַלעסטינער טעראָריזם. די מוסולמענישע זעלבסטמערדער האָבן אויפֿגעריסן אויטאָבוסן אין צענטער לאַנד און איבעראַל, און דערבײַ אומגעבראַכט און פֿאַרוווּנדיקט אַ סך מענטשן, איבערלאָזנדיק אַן אַטמאָספֿער פֿון יאוש און אומבאַהאָלפֿנקייט.‟

די צוויי טראַוומעס, קען מען זאָגן, האָבן אויך אַ פּאָזיטיוון אַספּעקט, ווײַל יעדער צד איז געצוווּנגען געוואָרן צו אָנערקענען די ווירקלעכקייט, נאָר ס’האָט, צום באַדויערן, ניט דערפֿירט צו אַן אויפֿריכטיקן דיאַלאָג צווישן ביידע מחנות. אַזאַ סיטואַציע אין דער געזעלשאַפֿט איז בפֿירוש אַ ניט־געזונטע, אַפֿילו אַ מסוכּנדיקע. סײַ אין דער כּנסת און מעדיאַ סײַ אין דער טאָגטעגלעכקייט און משפּחה־לעבן הערט יעדער צד ניט דעם צווייטן, מע לערנט זיך ניט די ווערטן פֿונעם צווייטן. דער פּועל־יוצא איז אַ טיפֿע אַנטוישונג און צוריקצי פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אין אָט דעם פּראָצעס — האַלט מיכה גודמאַן — איז גאָר וויכטיק די ראָלע פֿון די פֿאַרשיידענע טראַדיציעס, שפּראַכן און עטנישע אידענטיטעטן. די הלכה איז אַ טייל פֿון דער ייִדישער טראַדיציע און פֿאַרנעמט זיך מיט וואָס מען מעג און וואָס מע טאָר ניט טאָן. דאָס לעבן אַליין איז אָבער גאָר קאָמפּליצירט. ס’איז פֿאַראַן הומאָר, געוווינהייטן, שפּאַנונגען. מוז מען, אויף עפּעס אַן אופֿן, זיך אויסלערנען ווי זיך צו פֿאַרבינדן מיט די כּלערליי שטימען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. נאָר אַזוי אַרום קאָן מען ברעכן דעם דאָגמאַטיזם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.