טעאַטראַלע פּראָגראַם אָפּצומערקן דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד

Theatrical Program To Commemorate the Warsaw Ghetto Uprising

דוד מאַנדעלבאַום בײַם שפּילן „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟
New Yiddish Rep/Youtube
דוד מאַנדעלבאַום בײַם שפּילן „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 09, 2018.

דוד מאַנדעלבאַום, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟ האָט לכתּחילה באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע טרופּע אין 2007, כּדי פֿאָרצושטעלן צבֿי קאָליצס מאָנאָלאָג „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟.

דער מאָנאָלאָג, וואָס איז דערשינען אין אַן אַרגענטינער ייִדישער צײַטונג אין 1946, שילדערט ווי אַ פֿרומער ייִד דריקט אויס זײַן כּעס צום אייבערשטן בעת עס פֿלאַקערט אַרום אים דער וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. דער מאָנאָלאָג איז געווען אַזוי רעאַליסטיש געשריבן, אַז נאָך דעם וואָס מע האָט אים אָפּגעדרוקט אין אַנדערע צײַטונגען אָן דעם נאָמען פֿונעם מחבר, האָבן מענטשן געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ ווערק, וואָס מע האָט טאַקע אָנגעשריבן בשעתן חורבן.

כּדי אָפּצומערקן דעם 75סטן יאָרצײַט פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, וועט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל, אָנפֿירן מיט אַ טעאַטראַלער פּראָגראַם, רעזשיסירט דורכן ישׂראלדיקן אַקטיאָר געראַ סאַנדלער, פֿון לידער און סצענעס געווידמענט דעם חורבן בכלל און דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ בפֿרט. דער הויפּטטייל פֿונעם אָוונט וועט זײַן אַן ענגלישער נוסח פֿון „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟. אַחוץ דעם וועט מען זינגען אַ קראַנץ חורבן־לידער פֿון מרדכי געבירטיג, שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער און משה־לייב האַלפּערן.

עס וועלן אָנטייל נעמען די בינע־קינסטלער געראַ סאַנדלער, אלי ראָזען, עמי קאָלמאַן, מאַשע פֿאָגעל און רונית אשרי.

דער ספּעקטאַקל קומט פֿאָר אין מאַנהעטן, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם ביוראָ פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אויף דער 39סטער גאַס.

נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: http://www.newyiddishrep.org/.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.