אַ פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקן טאַנץ — מיט אַ ייִדישן קנייטש

Festival of Israeli Dance - with a Yiddish Twist


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 10, 2018.

דער יערלעכער ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקער טענץ פּראַוועט זונטיק, דעם 15טן אַפּריל, סײַ זײַן 67טע יאָר, סײַ 70 יאָר מדינת־ישׂראל. דער פֿעסטיוואַל, איינער פֿון די עלטסטע אויף דער ייִדישער גאַס, ציט צו ישׂראלדיקע טאַנצגרופּעס פֿון צענדליקער אַמעריקאַנער שטעט און שטעטלעך, ווי אויך בראַזיל, קאַנאַדע, מעקסיקע, טערקײַ און, פֿאַרשטייט זיך, ישׂראל.

כאָטש אַ סך אָנהענגער פֿון די „גלותדיקע‟ טאַנץ־טראַדיציעס זעען אַ קאָנקורענץ צווישן די ישׂראלדיקע און די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָלקטענץ, באַטראַכט דער ייִדישער טאַנצמײַסטער סטיוו ווײַנטרויב די באַציִונג צווישן זיי גיכער ווי אַ סינטעז. ווײַנטרויב, וואָס איז הײַנט איינער פֿון די פּאָפּולערסטע לערער פֿון ייִדישע (ד׳׳ה — מיזרח־אייראָפּעיִשע) טענץ אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, האָט דערקלערט אין אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס,‟ אַז דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער טענץ־רעפּערטואַר נעמט אַרײַן סײַ עלעמענטן פֿון די גלותדיקע טראַדיציעס (איבערהויפּט די וואָס שטאַמען פֿון די תּמינער ייִדן און די אשכּנזים), סײַ אַספּעקטן פֿון דער גלאָבאַלער יונגט־קולטור ווי היפּהאָפּ־טענץ נוסח MTV. לויט ווײַנטרויב ווערן די אַלע פֿאַרשידענע עלעמענטן הײַנט אינטעגרירט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן מיט די טענצשריט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאָלקטאַנץ, ווי דער „הורה‟ און דער „מיים.‟

ווי אַ סך הײַנטיקע ייִדישע טענצער, האָט ווײַנטרויב זיך אויסגעלערנט די ישׂראלדיקע פֿאָלקטענץ איידער ער האָט זיך באַקענט מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער טאַנץ־טראַדיציע. בײַם אַרבעטן מיט אַן ישׂראלדיקער טאַנץ־טרופּע אין די סוף 1970ער יאָרן האָט ער צום ערשטן מאָל געזען אַ שער ווי אַ טייל פֿונעם טענצווערק „איך און דאָס דערפֿל,‟ כאָרעאָגראַפֿירט פֿון שלמית קאָרנבערג קיוועל אויפֿן סמך פֿון מאַרק שאַגאַלס בילד פֿונעם זעלביקן נאָמען.

אין אָט דעם ווערק, וואָס נעמט אַרײַן מוזיק פֿונעם באַרימטן קלעזמער גיאָראַ פֿײַדמאַן, וועט ווײַנטרויב הײַיאָר טאַנצן די ראָלע פֿונעם „פֿידלער‟ בײַם ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקער טענץ. ווײַנטרויב שילדערט דאָס טאַנצווערק ווי בעצם אַ ישׂראלדיקע, כאָטש עס נעמט אַרײַן עלעמענטן וואָס דערמאָנען דאָס שטעטל אויף אַ נאָסטאַלגישן אופֿן.

דער ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקער פֿאלקטענץ וועט פֿאָרקומען אינעם שול־בנין אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטין לוטער קינג אַריבער דער גאַס פֿון לינקאָן־צענטער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://israelidanceinstitute.org/general/festival-67/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.