ייִדיש אין צענטראַל־פּאַרק — דאָס מאָל אָן די חסידים

Yiddish in Central Park - This Time Without the Hasidim

עלענאָר ריסאַ און פֿרענק לאָנדאָן טרעטן אויף אויף אַ קאָנצערט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟
עלענאָר ריסאַ און פֿרענק לאָנדאָן טרעטן אויף אויף אַ קאָנצערט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 11, 2018.

„ייִדישע נשמה‟ — דער יערלעכער ספּעקטאַקל וואָס האָט געהאַט דעם אַמביציעזן ציל צונויפֿצוברענגען די פֿרומע און פֿרײַע וועלטן פֿון ייִדישער מוזיק.

ניט געקוקט אויף דעם, איז אָבער שטענדיק געווען אַ געוויסע שפּאַנונג אין דער פּראָגראַם, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אײַנגעאָרדנט: געוויסע מענטשן זענען ניט געווען באַקוועם דערמיט, וואָס דער ספּעקטאַקל האָט ניט אַרײַנגענומען קיין זינגערינס. פֿאַראַיאָרן האָט מען פּרובירט „צו טאַנצן אויף צוויי חתונות‟ — בתיה שעכטער, די באַקאַנטע זינגערין פֿון דער גרופּע „פּרעהס טאָכטער,‟ האָט יאָ אויפֿגעטראָטן און געוויסע פֿרומע צוהערער זענען ניט געווען צופֿרידן וואָס דער קאָנצערט האַלט זיך ניט בײַ די כּללים פֿון „קול־אישה.‟ מע האָט אויך געהערט קלאַנגען, אַז געוויסע פֿון די חסידישע זינגער וואָס זענען דאָרטן אויפֿגעטראָטן זענען אויך ניט געווען מסכּים דערמיט, און וואָלטן ניט אויפֿגעטראָטן, ווען זיי וואָלטן געוווּסט, אַז אַ פֿרוי גייט דאָרטן זינגען.

ווי עס זאָל ניט זײַן, וועט הײַיאָר, אַנשטאָט דעם קאָנצערט „ייִדישע נשמה,‟ פֿאָרקומען אַ נײַע פּראָגראַם „ייִדיש אונטער די שטערן.‟ אַזוי ווי „ייִדישע נשמה,‟ וועט דער נײַער ספּעקטאַקל, מיטוואָך, דעם 13טן יוני, זײַן אַ טייל פֿון דער בכּבֿודיקער קאָנצערט־סעריע אין צענטראַל־פּאַרק „די זומערדיקע בינע.‟ אין דער פּראָגראַם וועלן אָנטייל נעמען עטלעכע מוזיקער, וואָס האָבן פֿריִער אויפֿגעטראָטן בײַ „ייִדישע נשמה‟ — פֿרענק לאָנדאָן מיט זײַן קאַפּעליע „די קלעזמער־אַל־סטאַרס,‟ דניאל קאַהן מיט זײַן קאַפּעליע „דעם באַמאָלטן פֿויגל‟ און זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע.‟ עס וועלן זיך אויך באַטייליקן אַנדי סטאַטמאַן, די חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן, בתיה שעכטער מיט „פּרעהס טאָכטער,‟ מיט דער חזנטע בתיה שעכטער, די קאַפּעליע „גולם,‟ און די זינגערין און אַקטריסע עלענאָר ריסאַ.

דער קאָנצערט הייבט זיך אָן 7:00 אַ זייגער אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://nytf.org/?event=yiddish-under-the-stars&event_date=2018-06-13.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.