ווען מע דאַוונט מיט אַ יענוועלטיקער שׂימחה

Using "Otherworldly" Joy During Prayer

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 11, 2018.

אויפֿן אַכטן טאָג נאָך זיבן טעג ספּעציעלע צוגרייטונגען, האָט משה רבינו געהייסן אַהרן מיט זײַנע קינדער ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם נאָר וואָס אויפֿגעשטעלטן מישכּן.

דער אַכטער טאָג, צוליב וועלכן אונדזער פּרשה טראָגט דעם נאָמען „שמיני‟, איז געווען ראָש־חודש ניסן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז די הײַנטיקע סדרה איז אויך מרמז אויף אַן אַנדער מיצווה פֿונעם איצטיקן חודש. במשך פֿון די ספֿירה־טעג, ציילן מיר זיבן וואָכן פֿאַרן חג־השבֿועות; אין דער פּרשה האָט משה רבינו אָפּגעציילט איין וואָך, איידער די כּהנים האָבן אָנגעהויבן זייער עבֿודה.

אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אינעם מישכּן אַן אייגענעם קטורת און זענען פֿאַר דעם פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער. אַ כּהן, וואָס האָט פֿאַרלוירן אַ קינד אָדער אַ ברודער, טאָר נישט עסן דעם זעלבן טאָג קיין קרבנות. די טרויעריקע מעשׂה האָט אָבער פּאַסירט ראָש־חודש, ווען מע האָט געמוזט ברענגען אַ ספּעציעלן קרבן־חטאת.

משה רבינו האָט באַטאָנט, אַז אין דעם קאָנקרעטן פֿאַל, צוליב דער חנוכּת־הבית פֿונעם הייליקן אָרט, מוז אַהרן יאָ עסן דעם קרבן. אַהרן האָט דערקלערט, פֿאַרוואָס ער האָט עס דווקא נישט געטאָן, און משה האָט מסכּים געווען מיט זײַן ברודערס אַרגומענטן.

הגם נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען כּהנים און געמעגט, אין פּרינציפּ, אויפֿרויכערן אַן אייגענעם קטורת, זאָגט די תּורה, אַז זיי זענען באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן ברענגען אַן „אַש זרה‟, אַ פֿרעמד פֿײַער אינעם מישכּן. שפּעטער שטייט אין אונדזער פּרשה געשריבן, אַז דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו אַהרנען און געוואָרנט, אַז ער און זײַנע קינדער טאָרן נישט טרינקען קיין ווײַן צי אַן אַנדער אַלקאָהאָל־געטראַנק פֿאַר זייער עבֿודה. אויפֿן סמך פֿון דעם, מאַכט דער תּנא רבי ישמעאל דעם אויספֿיר — און רש״י דערמאָנט עס אין זײַן קאָמענטאַר — אַז די „פֿרעמדקייט‟ פֿון נדבֿ און אַבֿיהואס עבֿודה איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס זיי זענען אַרײַנגעקומען אינעם מישכּן שיכּורערהייט.

ווי באַקאַנט, פֿירן הײַנט אונדזערע תּפֿילות אויס די ראָלע פֿון קרבנות. על־פּי הלכה, מעג מען דאַוונען, זײַענדיק אַ ביסל בגילופֿין, אָבער ס׳איז זיכער בעסער צו האָבן אַן אינגאַנצן קלאָרן קאָפּ. אויב מע איז ממש שיכּור, טאָר מען נישט דאַוונען בכלל. שׂימחת־תּורה, דוכענען די כּהנים בשעת מע דאַוונט שחרית און נישט בײַ מוסף, ווי געוויינטלעך, כּדי מקיים צו זײַן די דאָזיקע מיצווה איידער מע טרינגט משקה בײַם קידוש. פֿון דער צווייטער זײַט, איז אין אַ סך קהילות אָנגענומען דער מינהג צו דאַוונען מעריבֿ נאָך דער פּורימדיקער סעודה ווי געהעריק, אַפֿילו מע איז טויט־שיכּור, ווײַל עלּ־פּי הלכה איז דער חילוק צווישן שיכּרות און בגילופֿינקייט נישט אַזוי קלאָר.

הגם פֿונעם איסור צו ברענגען די קרבנות אונטער דער השפּעה פֿון אַלקאָהאָל שטאַמען פּראַקטישע הלכות, וואָס בלײַבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג, זענען די קלאַסישע חסידישע ספֿרים נישט מסכּים, אַז אַזעלכע צדיקים, ווי אַהרנס קינדער, וואָלטן געקומען בוכשטעבלעך בגילופֿין אינעם הייליקן מישכּן. שטעלט זיך פֿאָר: במשך פֿון זיבן טעג האָבן זיך ייִדן געגרייט צו עפֿענען דעם וויכטיקסטן צענטער פֿון קדושה און רוחניות אין דער וועלט. אַוודאי זענען די כּהנים געווען צוגעגרייט ווי עס דאַרף צו זײַן, און וואָלטן נישט קאַליע געמאַכט די גרויסע שׂימחה מיט אַזאַ גראָבער און טראַגישער עבֿירה.

על־פּי חסידות, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא דערגרייכט אַ צו הויכן עקסטאַז בעת זייער עבֿודה, אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מיסטיש רוחניותדיק „שיכּרות‟. אַדרבה, זיי האָבן אַליין געוווּסט, אַז זיי וועלן שטאַרבן; דאָס גרויסע התפּעלות האָט זיך ממש פֿאַרברענט. אין פֿאַרגלײַך מיט זעלבסט־מאָרד — אַ שרעקלעכע עבֿירה, געוויינטלעך אַ רעזולטאַט פֿון טיפֿער דעפּרעסיע, ייִאוש אָדער אַ טראַגישן פֿאַרלוסט — זענען אַהרנס קינדער געבליבן גרויסע צדיקים און געדינט דעם אייבערשטן בשׂימחה. פֿון דעסט וועגן, זענען זיי באַגאַנגען אַ מין „מיסטישן אַליינמאָרד‟, געלאָזט דעם הימלישן פֿײַער זיי אַוועקצוטראָגן.

די הײַנטיקע פּרשה געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿונעם גאַנצן חומש. ווען משה רבינו האָט צוערשט געמיינט, אַז אַהרן מוז עסן זײַן קרבן־חטאת, האָט ער פּרטימדיק אויסגעפֿאָרשט — „דרש דרש‟ דעם ענין. לויטן חשבון פֿון די ווערטער, צעטיילט זיך די תּורה אויף צווייען צווישן אָט־די צוויי ווערטער. באַקומט זיך, אַז אינעם סאַמע צענטער פֿון דער תּורה־הקדושה געפֿינט זיך אַ מחלוקת לשם־שמים. משה און אַהרן זענען ביידע געווען גרויסע נבֿיאים און האָבן זיכער געוווּסט, וואָס זיי זאָלן טאָן אין דער סיטואַציע. דעם אייבערשטנס רצון קאָן זיך אָבער אַנטפּלעקן אויף פֿאַרשיידענע און צו מאָל היפּוכדיקע אופֿנים.

אויף גאָר אַ טיפֿן אופֿן דערקלערט רבי נחמן בראַצלעווער אין זײַן ספֿר „ליקוטי מוהר״ן‟, אַז די גאַנצע וועלט עקזיסטירט צוליב דעם מעטאַפֿיזישן מחלוקת – די חילוקים צווישן זאַכן, צײַטן און מענטשן. כּבֿיכול, פֿירט דער רבונו־שלּ־עולם אַליין אַ מין שטענדיק מחלוקת לשם־שמים, זיך אַנטפּלעקנדיק דורך היפּוכדיקע כּוחות און אידעען. כּדי צו אַנטפּלעקן דאָס געטלעכקייט אין סאָציאַלע באַציִונגען, מוז מען מכבד זײַן די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער מענטשלעכער וועלט און די אוניקאַלע ראָלע פֿון יעדן יחיד. אין אַ געזונטער געזעלשאַפֿט פֿירן מיר כּסדר אַ מחלוקת לשם־שמים, אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט, דהײַנו אַ דיאַלאָג צווישן מענטשן. מיט זיך אַליין, באַהאַנדלענדיק אין זינען פֿאַרשיידענע ענינים, פֿירן מיר אויך כּסדר דעבאַטן.

על־פּי קבלה, סימבאָליזירט די צאָל אַכט די מדרגה מחוץ דעם געוויינטלעכן צײַטגאַנג. אין דער וואָך זענען דאָך דאָ בלויז זיבן טעג; דער אַכטער טאָג איז מרמז אויפֿן מעטאַפֿיזישער ענין מחוץ דער געוויינטלעכער צײַט.

מע קאָן זאָגן, אַז דער טעות פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס אין זייער „מיסטישן שיכּרות‟ האָבן זיי געוואָלט דערגרייכן אַ העכערע וועלט, וווּ קיין מחלוקתן און סתּירות זענען נישטאָ, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין טירחות פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן, וווּ די געוויינטלעכע צײַט דרייט זיך נישט בכלל. זיי האָט זיך טאַקע אײַנגעגעבן אַרויפֿצוגיין אויף אַזאַ מדרגה — דעם עולם־הבא, „יום שכּולו שבת‟, דעם עכטן מעטאַפֿיזישן „אַכטן טאָג‟. מע טאָר נישט אָבער, חלילה, זייער טעות נאָכמאַכן.

על־פּי חסידות, מוז מען שטרעבן טאָן אַלע מיצוות במסירת־נפֿש. אין שײַכות צום פֿאַרגאַנגענעם חג־הפּסח, האָבן מיר באַהאַנדלט דעם דאָזיקן ענין אין די פֿאָריקע פּרשה־אַרטיקלען. מע דערציילט, אַז דער בעל־שם־טובֿ האָט אַמאָל דערזען אין אַ חלום, אַז זײַן שכן אין גן־עדן וועט זײַן אַ געוויסער אַכלן, וואָס האַלט די גאַנצע צײַט אין איין עסן. דער צדיק האָט זיך פֿאַרחידושט און געפֿרעגט יענעם ייִד, פֿאַרוואָס עסט ער אַזויפֿיל? דער אַכלן האָט דערקלערט, אַז זײַן טאַטן האָט מען פֿאַרברענט אויף אַ שײַטער; זײַענדיק אַ דאַרער, איז ער, נעבעך, תּיכּף אויסגעגאַנגען ווי אַ שוועבל. דערפֿאַר עסט ער אַ סך און תּמיד האָפֿט ער, אַז טאָמער עס וואַרט אויף אים אויך אַזאַ סוף, וועט ער כאָטש לאַנג ברענען!

דער דאָזיקער משל ווײַזט, אַז אַפֿילו אכלנות קאָן, אין פּרינציפּ, פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ פֿאָרעם פֿון עבֿודת־השם במסירת־נפֿש. פֿון דעסט וועגן, דעמאָנסטירט דער זעלבער טשיקאַווער אַנעקדאָט, אַז למעשׂה מוזן מיר שאַצן אונדזער לעבן, מיט אַלע סתּירות, פּאַראַדאָקסן און טשיקאַוועסן. הגם אונדזער עבֿודה־השם מיטן מסירת־נפֿש אין האַרצן דערמעגלעכט אונדז גובֿר צו זײַן די גרענעצן פֿון גשמיות, טאָרן מיר נישט פֿאַרגעסן, אַז אונדזער אָרט, כּל־זמן מיר לעבן, איז דאָ־הי, אין עולם־הזה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.