ייִדיש ווערט רעפּרעזענטירט אין יד־ושם צערעמאָניע לזכּרון די 6 מיליאָן

Yiddish Represented At Yad Vashem Ceremony For 6 Million

בעלאַ בריקס־קלײַן (רעכטס) און מלכה זעמלי אויף דער צערעמאָניע
Bella Bryks-Klein
בעלאַ בריקס־קלײַן (רעכטס) און מלכה זעמלי אויף דער צערעמאָניע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 12, 2018.

דאָנערשטיק, דעם 12טן אַפּריל, בעת אַ צערעמאָניע אָפּצומערקן דעם „טאָג פֿון אומקום און גבֿורה‟ (יום־השואה) אין יד־ושם, ירושלים, האָט די ייִדיש־אַקטיוויסטקע בעלאַ בריקס־קלײַן געלייגט אַ קראַנץ בלומען אין נאָמען פֿון דער „אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟. מלכּה זעמלי, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ, האָט זי באַגלייט.

אַחוץ דער ייִדיש־אינסטאַנץ האָבן אויך געלייגט קראַנצן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו; אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין וואָס איז דעמאָלט געווען אין פּוילן אויף אַ הזכּרה אין אוישוויץ; עטלעכע פּאַרטיזאַנער גרופּעס, אַ צאָל לאַנדסמאַנשאַפֿטן, עטלעכע געוועזענע סאָלדאַטן־קעמפֿער און די פֿאַרטיידיקער פֿון אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן ווי לאַדינאָ און עספּעראַנטאָ.

בערך 600 מענטשן זענען בײַגעווען.

„איך בין זייער שטאָלץ וואָס מע האָט מיך דערמעגלעכט אָפּצוגעבן כּבֿוד די קרבנות פֿון שואה, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון זיי האָבן גערעדט ייִדיש אין זייער לעצטן וועג,‟ האָט בריקס־קלײַן דערקלערט.

דאָס איז דאָס דריטע יאָר וואָס ייִדיש שפּילט אַ ראָלע אין דער יד־ושם צערעמאָניע אָבער דאָס ערשטע מאָל וואָס מע האָט פֿאַרבעטן בריקס־קלײַן זיך צו באַטייליקן. די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן חורבן־שרײַבער, ירחמיאל בריקס, דינט בריקס־קלײַן הײַנט ווי די דירעקטאָרין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ און איז אויך אַקטיוו אין „בית־שלום־עליכם‟.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.