נײַע איבערזעצונג־סטיפּענדיאַטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟

New Translation Fellows at the Yiddish Book Center

Yiddish Book Center

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 16, 2018.

כאָטש מע ווייסט נאָך ניט ווער עס וועט אָנפֿירן מיט דער איבערזעצונג־פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, ווייסט מען יאָ, ווער עס זענען די הײַיאָריקע איבערזעצונג־סטיפּענדיאַטן.

לעצטנס האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די צען איבערזעצער, וואָס וועלן באַקומען $5,000 און פּראָפֿעסיאָנעלע שטיצע כּדי זיי צו העלפֿן פֿאַרענדיקן זייערע פּראָיעקטן:

דזשאָרדין בראַון, וואָס אַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אויפֿן נײַעם לערנבוך „אין איינעם‟, וועט איבערזעצן די „צאינה וראינה‟, דעם פֿרײַ באַאַרבעטן חומש אויף עבֿרי־טײַטש מיט אַגדות און משלים צונויפֿגעשטעלט פֿון יעקבֿ בן יצחק אַשכּנזי.

ד׳׳ר דזשאָסטין קאַמי (סמיט־קאַלעדזש) וועט איבערזעצן אַבֿרהם סוצקעווערס חורבן־זכרונות, „פֿון ווילנער געטאָ‟. ד׳׳ר קאַמי האָט פֿריִער געשריבן וועגן סוצקעווערס לעבן און שאַפֿן ווי אַ טייל פֿון זײַנע פֿאָרשונגען וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע.‟

די שרײַבערין דײַאַנע קלאַרק וועט איבערזעצן לידער פֿון דער פּאָעטעסע רייזל זשיכלינקסי, פֿון אירע ביכער „צו לויטערע ברעגן‟ און „שווײַגנדיקע טירן‟.

קלאָיִ פּיאַזע (קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקעלי) וועט איבערזעצן מאַריע לערנערס פּיעסע „די עגונה.‟

ד׳׳ר שׂרה פּאָניכטעראַ, אַ מיטאַרבעטערין בײַם „ייִוואָ‟ וואָס פֿירט אָן מיטן „ווילנער פּראָיעקט,‟ וועט איבערזעצן אַ פֿאַנטאַזיע־ראָמאַן פֿון לייזער וואָלף וואָס מע האָט אַנטדעקט ווי אַ טייל פֿון איר אַרבעט.

ד׳׳ר דוד שליט (פּיטסבורגער אוניווערסיטעט) וועט איבערזעצן עסייען פֿון שמואל ניגער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור.

דער פּאָעט און איבערזעצער ירמיהו אַהרן־טאַוב וועט איבערזעצן עטלעכע ביכער זכרונות און דערציילונגען פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס.

די איבערזעצערין רייזע טורנער וועט זיך פֿאַרנעמען מיט די הומאָרעסקעס פֿון „דער טונקעלער‟.

די שרײַבערין קעדי ווישניאַק וועט איבערזעצן די דערציילונגען פֿון יענטע סערדאַצקי, וועמען זי האַלט פֿאַר אַ פּראָטאָ־פֿעמיניסטישער שרײַבערין.

און אַחרון אַחרון הבֿיבֿ, דזשייסאָן וואַגנער (מישיגענער אוניווערסיטעט) וועט איבערזעצן עטלעכע פֿון משה קולבאַקס לענגערע פּאָעמעס, צווישן זיי —„רײַסן‟ און „ווילנע.‟