ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw


Published April 17, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן דער יוגנט־באַוועגונג וואָס איז כּלומרשט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין וואַרשע. סע גייט אַ רייד וועגן השומר הצעיר.

השומר הצעיר האָט געשפּילט א היסטאָרישע ראָלע אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. מרדכי אַנילעוויטש, אַ מיטגליד פֿון השומר הצעיר, איז געווען איינער פון די חשובֿסטע קאָמענדאַנטן פֿונעם אויפֿשטאַנד וואָס האָט געראַטעוועט דעם כּבֿוד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בשעתן חורבן.

צווי מיידלעך האָבן דערמעגלעכט אַז השומר הצעיר זאָל באַנײַט ווערן אין וואַרשע. איינע פֿון זיי איז מײַן טאָכטער, חנה. היות וואָס מײַן טאַטע, דאָס הייסט איר זיידע, איז געווען אַ וואַזשנער קנאַקער אין השומר הצעיר אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָב איך געטראַכט אַז שיין וואָלט געווען ווען זײַן אײניקל וואָלט ממשיך געווען די שומרישע טראַדיציע.

אין השומר הצעיר רייכערט מען נישט, מען גייט אויף עקסקורסיעס, מען טרעפֿט זיך מיט אַנדערע ייִדישע מיידלעך און ייִנגלעך. הכּלל, ס’איז גוט.

דאָס צווייטע מיידל, שוין אַן עלטערע, איז געווען אַ מיטגליד פֿון די פּוילישע סקויטקעס. דאָרט האָט מען איר געזאָגט אַז זי קען נישט זײַן קיין אויפֿפּאַסערין ווײַל זי איז אַ ייִדישקע. האָב איך געשיקט אַ ריי בליצבריוו צו דער פֿירערשאַפֿט פֿון השומר הצעיר זיי זאָלן באַנײַען זייער צווײַג, אָדער אויף אַרבעטער־רינג־לשון — ברענטש, דאָ אין וואַרשע.

אַן אויפֿפּאַסערין האָבן מיר דאָך געהאַט — דאָס מיידל וואָס די גויים האָבן נישט געוואָלט. צום גליק האָט די שומרישע פֿירערשאַפֿט מסכּים געווען.

איז ווײַטער גוט? כאַפּט נישט. די געציילטע קינדער טרעפֿן זיך איין מאָל אַ וואָך אויף אַ שעה אין אַ צימער. זיי גיין אָבער אויף קיין שום עקסקורסיעס. פון אַ זומער־קאָלאָניע איז שוין אָפּגערעדט.

די פּוילישע אויפֿפּאַסערין קומט נישט מער. מיר האָבן אַ נײַעם ישׂראלדיקן מדריך, שוין אַ דערוואַקסענער, וואָס פּויליש קען ער נישט רעדן און עבֿרית וויל ער נישט רעדן. רעדט ער מיט די קינדער אַ פּראָסטן ענגליש.

הכּלל, דער וואַרשעווער השומר הצעיר וואָס האָט בשעת דער מלחמה אָרגאַניזירט דעם גרעסטן שטאָטישן אויפֿשטאַנד קעגן די דײַטשן אין אייראָפּע איז די טעג שווער צו אָרגאַניזירן אַ פּיקניק.

אפֿשר לײַדט השומר הצעיר פֿון אַ באַקאַנטער צרה וואָס מע זעט הײַנט בײַ אַ צאָל גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס: די פֿירערשאַפֿט פֿאַרדינט אַ סך, נאָר פֿאַרשטייט בכלל נישט די פּראָבלעמען פֿון די יונגע מדריכים וואָס אַרבעטן מיט די קינדער. דער ראש פון השומר הצעיר פֿאַרדינט 1,114,454 שקלים אַ יאָר — אַן ערך פֿינעף מאָל מער ווי דער פּוילישער פּרעזידענט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.