שיקאַגע: ייִדיש־עקספּערטן האַלטן רעפֿעראַטן

Chicago: Scholars Explore Yiddish Culture

ד׳׳ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער און ד׳׳ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב
ד׳׳ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער און ד׳׳ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published April 18, 2018.

כאָטש ניו־יאָרק איז אָן שום ספֿק דער צענטער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור בכלל, און פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור בפֿרט, קען שיקאַגע אויך זיך באַרימען מיט אַ חשובֿן ייִדישן ייִחוס. אין דער „ווינטיקער שטאָט‟, ווי מע רופֿט זי אָן אין אַמעריקע, האָבן אַמאָל געוווינט צענדליקער טויזנטער ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. ס׳איז פֿון דאַנען אַרויס אַ טעגלעכע בײַלאַגע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ מיט איר אייגענעם רעדאַקטאָר און אַפֿילו איר אייגענעם טאָגבלאַט.

יענע תּקופֿה איז, צום באַדויערן, שוין לאַנג פֿאַרבײַ און הײַנט הערט מען זעלטן־ווען וועגן ייִדיש אין שיקאַגע אַחוץ אַ פּאָר אַקטיוויטעטן בײַם אָרטיקן „ייִוואָ‟־צווײַג און אַ חב׳׳ד ישיבֿה וואָס לערנט די שפּראַך.

ניט געקוקט אויף דער ירידה פֿון ייִדיש ווי אַ גערעדטע שפּראַך אין שיקאַגע, בלײַבט, אַ פּנים, יאָ אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור. לעצטנס האָט דער „ספּערטוס־אינסטיטוט‟, אַ ריזיקע אומאָפּהענגיקע ייִדישע דערציִונג־אַנשטאַלט, געלאָזט וויסן, אַז ער לאַנצירט אַ סעריע אונטערנעמונגען אין די פֿאָרשטעט פֿון שיקאַגע געווידמעט דער ייִדישער קולטור. אין דער סעריע שליסן זיך אײַן די ווײַטערדיקע פּראָגראַמען:

דאָנערשטיק, דעם 10טן מײַ, וועט די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע און „פֿאָרווערטס‟־שרײַבערין ד׳׳ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רובריק „אַ בינטל־בריוו‟, אין סקאָקי, אילינוי.

דינסטיק, דעם 22סטן מײַ, וועט ד׳׳ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער (ראָטגערס־אוניווערסיטעט) האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן געזונגען ייִדישע לידער ווי אַ טייל פֿון זייערע פֿילמירטע גבֿית־עדותן פֿאַר דער „שואה־פֿונדאַציע.‟

במשך פֿון דרײַ מיטוואָך־אָוונטן (דעם 30סטן מײַ, דעם 6טן יוני, און דעם 13טן יוני) וועט ד׳׳ר קאַרין אָנדערהיל אָנפֿירן מיט אַ מיני־קורס וועגן די לידער פֿון איציק מאַנגער און דעם אופֿן ווי אַזוי דער פּאָעט האָט אַרײַנגענומען רעליגיעזע מאָטיוון פֿון דער ייִדישער טראַדיציע און זיי צוגעפּאַסט צו זײַן סעקולערן וועלטבאַנעם. די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן שיקאַגער „ייִוואָ.‟

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.spertus.edu/programs-events/read-in-jewish.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.