האָלענדישע ייִדן פּראָטעסטירן פּלאַן צו פֿאַרוואַנדלען אַ שיל אין אַ רעסטאָראַן

Dutch Jews Protest Plan to Turn Historic Synagogue into Restaurant

די שיל אין דעווענטער
Wikimedia
די שיל אין דעווענטער

פֿון ייִט״אַ

Published April 19, 2018.

די ייִדישע קהילה פֿון דעווענטער, מיזרח־האָלאַנד, פּראָטעסטירן קעגן דעם פּלאַן פֿון אַ טערקיש־האָלענדישן געשעפֿטסמאַן צו פֿאַרוואַנדלען איר געוועזענע שיל אין אַ רעסטאָראַן.

טאָם פֿורשטנבערג, דער פֿאָרזיצער פֿון דער דעווענטער ייִדישער קהילה „בית־שושנה,‟ וואָס באַשטייט פֿון בלויז עטלעכע טוץ מיטגלידער, האָט געזאָגט דער צײַטונג „דע שטענטאָר,‟ אַז עס וואָלט געווען אַ סקאַנדאַל ווען די מוניציפּאַליטעט זאָל גוטהייסן די פּלענער פֿונעם בוי־אונטערנעמער אַיִאַן סאַהין.

די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ניט גענוג געלט אויפֿצוהאַלטן דעם גרויסן שיל־בנין, וואָס געפֿינט זיך אויף דער רשימה פֿון ערטער פֿאַרבונדן מיט דער האָלענדישער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה. מע האָט דעם בנין פֿאַרקויפֿט אַ קירכע, וואָס האָט אים דערנאָך פֿאַרקויפֿט סאַהינען.

פֿורשטנבערג האָט פֿריִער געהאַט געזאָגט אַז ער האָפֿט, אַז ווער עס וועט קויפֿן דעם בנין וועט אים רעסטאַוורירן, ער זאָל ווײַטער קענען דינען ווי אַ ייִדישע אינסטיטוציע. אַ סך געוועזענע שילן אין האָלאַנד זענען שוין פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין מוזייען געווידמעט דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע און קולטור־ירושה.

די דעווענטער ייִדישע קהילה גיט איבער, אַז סאַהין האָט צוגעזאָגט, אַז די אָרטיקע ייִדן וועלן ווײַטער קענען דאַוונען אינעם בנין. פֿון זײַן זײַט האָט סאַהין געזאָגט „דע שטענטאָר,‟ אַז זײַן פּלאַן צו פֿאַרוואַנדלען די שיל אין אַ רעסטאָראַן „איז זייער אינטערעסאַנט און וועט צוציִען אַ סך דרויסנדיקע מענטשן.‟

ער האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט חרטה, וואָס די ייִדישע קהילה וועט מער ניט האָבן וווּ צו דאַוונען אויב מע וועט גוטהייסן זײַן פּלאַן. ער זאָגט, אָבער, אַז ער איז ניט קיין „ראַטיר־אַרמיי‟ (בלע׳׳ז Salvation Army) און אַז די ייִדן קענען סײַ ווי סײַ ווײַטער נוצן דעם בנין, אויב „זיי באַצאָלן ווײַטער דירה־געלט.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.