פֿון ראַספּוטין ביז פּוטין

From Rasputin To Putin


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 24, 2018.

עס ווײַזט זיך אַרויס אַז גריגאָרי ראַספּוטין ימח שמו וזכרו, און איך, מיר ביידע זײַנען געווען לאַנדסלײַט, געבוירן געוואָרן אין זעלבן שטעטל טאָבאָלסק, וואָס געפֿינט זיך טיף אין סיביר. איך, אַ קינד פֿון אַרעסטאַנטן, ער מיט מער ווי אַ הונדערט יאָר צוריק, אַ משוגענער מאָנאַך, אַ מכשף און אַ פּאָדליעץ אין קעניגלעכן פּאַלאַץ פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן. ראַספּוטין האָט מיאוס אָפּגעשניטן און געפּגרט פֿון אַ מיתא משונה, דאָס זעלביקע זאָל מען הערן פֿונעם הײַנטיקן פּאָדליעץ אין קרעמל. אָמן!

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אונדז דאָס גליק צוגעשפּילט. טאַטע־מאַמע מיט מיר צוזאַמען האָבן בשלום געמאַכט דעם אמתן ויברח פֿון סטאַלינס רויטן גן־עדן.

איצט לאָמיר באַהאַנדלען די נאָענטע קרובֿהשאַפֿט צווישן ראַספּוטינען און פּוטינען און וויפֿל שאָדן האָבן ביידע אָפּגעטאָן. איז אַזוי, ראַספּוטין האָט פֿאַרפֿירט און באַשעדיקט דאָס צאַרישע קעניגרײַך און פּוטין האָט זיך אַרײַנגעמישט אין אונדזער דעמאָקראַטישער וואַל־סיסטעם בעת ער האָט פּרובירט באַשעדיקן און אָנמאַכן אַ גראַטשקע צווישן די אַמעריקאַנער. ראַספּוטין האָט אײַנגערעדט דער צאַרינע אַלעקסאַנדראַ פֿײגעלעך אין בוזעם, אַז ער פֿאַרמאָגט אַ כּישוף, צוגעזאָגט צו הײלן דעם יונגן צאַרעוויטש פֿון העמאָפֿעליע אָן שום מעדיצינישע קוואַליפֿיקאַציעס ביז דאָס קינד האָט אויסגעהויכט די נשמה, גענומען זיך מישן אין צאַר ניקאָלײַס ממשלה, אַרײַנגעברענגט בייז בלוט צווישן דעם קעניגרײַך און דעם פֿאָלק, ביז דעם צאַרס זשאַנדאַרמען האָבן רעוואָלטירט און זיך נוקם געווען אין ראַספּוטינען און אים דערשאָסן, דערטרונקען, דערשטיקט און דערוואָרגן. דער מכשף האָט זיך געבאָרעט מיטן מלאך־המות אַ לענגערע צײַט ביז ער האָט זיך אונטערגעגעבן און אויסגעהויכט זײַן טײַוולאָנישע נשמה.

איז וווּ איז די ענלעכקייט צווישן ראַספּוטינען און פּוטינען, ווילט איר וויסן? וועל איך אײַך מסביר זײַן. פּוטין האָט זיך גענומען צו אונדזער ממשלה, צו אונדזער דעמאָקראַטישער רעגירונג, צום קעניג־מלך־קיסר אַליין, אונדזער פּרעזידענט, דעם שקרן, דעם טוויט־שרײַבער, נעמלעך — צו דאָנאַלד טראַמפּ און האַלט אים אויף אַ שטריקל ווי אַ קוויטשענדיקן הונט.

מײַן מאַמע פֿלעגט אַלעמאָל רופֿן אַן אָפּגעשטאַנענעם חבֿרהמאַן מיט יום־טובדיקע נעמען ווי אַ יויז, אַ גלאָמפּ, אַ כלאָפּ, אַ גראָבער קאָפּ, און אַ כליסט. ערשט שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט אַז עס איז אַמאָל געווען אַ באַוועגונג אין צאַרישן רוסלאַנד וואָס האָט זיך גערופֿן „די כליסטן‟, אַ רעליגיעזע סעקטע וואָס האָט אין זייערע ריטואַלן זיך געשמיסן מכּות־רצח איבער דער פּלייצע און געפֿירט סעקסועלע אָרגיעס.

ווי איז געקומען צו מײַן מאַמען אַזאַ וואָרט ווי כליסט בײַם באַזינגען אַן אָפּגעשטאַנענע בריאה, אַ פֿאַרגרעבטן מענטשן און בעז־גראַמענטעם בשׂר־ודם ־ אַ כליסט? איך שטעל זיך פֿאָר אַז זי אַליין האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, אָבער בײַם פֿאָרשן איר פּוילישן ייִדיש בין איך דערצו דערגאַנגען, נעמלעך אַז כליסט געהערט צו דער פֿריִערדיקער געשיכטע, איידער די רוסן זײַנען אַריבער צום קאָמוניזם און גענומען מוטשען די וועלט דערמיט.

צוריק צו דער זלידנער פֿליג; נעמלעך פּוטינען, דעם מענטשן מיט די אויסגעלאָשענע אויגן. ער איז אַן אויסגעשולטער קע־גע־בע־ניק אָבער זײַן גאַנצער חוש איז אַרײַן אין באַהערשן קודם די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, די שכנישע לענדער, ווי אויך איבער שוואַכלינגען ווי אונדזער פּרעזידענט וואָס איז נישט גענוג שאַרף צו פֿאַרשטיין און דערגיין אַז דער רוסישער בער איז נישט מער ווי אַ פֿוקס און אַ שלאַנג, מיט וועמען אונדזער ראש־ממשלה לעכצט צו האָבן געמײנזאַמס.

צאַר ניקאָלײַ דער צווייטער אין דער תּקופֿה פֿון ראַספּוטינען איז אויך געווען אַ שוואַכלינג, אַן איבערגלויביקער דיקטאַטאָר. פּוטין אין דער תּקופֿה פֿון טראַמף איז אויך אַ טיראַן און גייט אין די פֿוסטריט פֿון סטאַלינען. פּוטין און ראַספּוטין האָבן זיך אַרומגערינגלט מיט לאָיאַלע פֿאַרקויפֿטע נשמות וואָס דינען זיי ווי אויסגעצוויטשעטע הינט.

איז וווּ האַלטן מיר? אוי יאָ, ווײַזט זיך אַרויס אַז די וועלט האָט זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה זיך צוריקגעקערט צו די אַלטע שטיק פֿון היטלערן, דאָס מאָל אין סיריע מיט דעם טיראַן אַסאַד מיט דער הילף פֿון פּוטינען, וואָס הרגעט אויס ס’אייגענע פֿאָלק. דאָס דערמאָנט מיך אין סטאַלינען, וועלכער האָט פֿאַרטיליקט מיליאָנען פֿון אייגענעם פֿאָלק אין גולאַג.

דאָס דערמאָנט מיך אויך אינעם קליינעם דיקטאַטער, דעם פֿעסל מיט די פּוכיקע באַקן, דעם צפֿון־קאָרעער קים־זשאַנג־און, אַ מערדער מנוּוול וואָס סטראַשעט די וועלט מיט אַטאָמישן אחרית-הימים, אויך ער האַלט פֿאַרשקלאַפֿט זײַן פֿאָלק וווּ אַלע זײַנען אויסגעהונגערטע אַרעסטאַנטן, בשעת ער פּאַשעט זיך זײַן גראָבן בויך.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע, פֿון וואַנען נעמט זיך די זלידנע חבֿרה באַנדיטן וואָס קומען צו דער מאַכט יעדן דור ודור וואָס מ’זעט זיי בולט אויף די פֿלעקן פֿון דער וועלט־מאַפּע? דער ענטפֿער האָט צו טאָן מיט יענע וואָס קומען צו דער מאַכט. מאַכט קאָרומפּירט, דער עיקר ווען אַזאַ מעכטיקער פֿויגל צעשפּרייט זײַנע פֿליגל און ווענדט אָן הריגה, רציחה, שווינדל, שקר, קנאה שׂינאה, גנבֿה, גזילה ־ גיי שרײַ חי־וקים…

וויל איך שליסן מײַן אַרטיקעלע מיט גוטע וווּנטשן פֿאַר דער מענטשהײט, נעבעך, לאָמיר נישט וויסן פֿון קיין צער און לאָמיר מאַכן קרעפּל־פֿלייש פֿון אונדזער הײַנטיקן צאַר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.