ווידעאָ: זעט אַ רירנדיקע „געטאָ־נאַכט‟ פּראָגראַם אויף ייִדיש און ענגליש

Video: Watch a Unique Yiddishist Holocaust Commemoration Program

Richard Brukner

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 24, 2018.

Click to see program: ***זעט די פּראָגראַם דאָ ***

פּונקט ווי זיי האָבן געטאָן ווי קינדער און דערוואַקסלינגען אינעם בונדיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟ מיט 40 און 50 יאָר צוריק, האָבן אַרום 40 “המשכיסטן” פֿאָרגעשטעלט זייער אוניקאַלע פּראָגראַם לכּבֿוד דעם 75סטן יאָר זינט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.

די געוועזענע קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס זענען געקומען צו פֿאָרן פֿון אַלע עקן לאַנד כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער פּראָגראַם.

די הזכּרה, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 22סטן אַפּריל אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ אין דרום־מאַנהעטן, האָט אָרגאַניזירט די געוועזענע המשכיסטקע, סאַבינע ברוקנער, וואָס דינט הײַנט ווי די ליטעראַרישע פֿאַרוואַלטערין פֿון דער „פֿאָלקסבינע,‟ אין איינעם מיטן קינסטלערישן דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע,‟ זלמן מלאָטעק.

די פּראָגראַם, וואָס מע האָט במשך פֿון די המשך־יאָרן, פֿון 1959 ביז 1978, גערופֿן פּשוט „געטאָ־נאַכט‟, נעמט אַרײַן לידער פֿון די ווילנער און וואַרשעווער געטאָס און אויך פּאָעזיע וועגן דעם חורבן כּדי איבערצוגעבן די געשיכטע פֿון יענע גרויליקע יאָרן. להיפּוך צו כּמעט אַלע הײַנטיקע חורבן־הזכּרות, לייגט די פּראָגראַם דעם טראָפּ ניט אויף דער וויכטיקייט פֿון ישׂראל אָדער גאָט, נאָר אויף די אופֿנים ווי אַזוי די ייִדן האָבן זיך געשטעלט אַקעגן די נאַציס: דורך לידער, טעאַטער און באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד.

די פּראָגראַם איז בײַ געוויסע צוקוקער געווען אַזוי עמאָציאָנעל אַז עטלעכע משפּחות מיט קלענערע קינדער האָבן פֿאַרלאָזט דעם זאַל אין מיטן פֿון דער פּראָגראַם. מערקווערדיק איז וואָס די מיטל־יעריקע ייִדן אויף דער בינע האָבן אַ מאָל אַליין פֿאָרגעשטעלט די פּראָגראַם ווי קינדער.

„צי האָסטו באַקומען פּסיכאָלאָגישע הילף נאָך ׳געטאָ־נאַכט׳?‟ האָט דער רבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, דער זון פֿונעם קעמפּס געוועזענעם מוזיקאַלישן דירעקטאָר זלמן מלאָטעק, האַלב וויצלענדיק, האַלב ערנסט, געפֿרעגט זײַן קרובֿ משה ראָזענפֿעלד.

„ניין,‟ האָט ראָזענפֿעלד געזאָגט. „מיר האָבן געהאַט איינער דעם אַנדערן.‟

נאָך דער פּראָגראַם האָט מען געמאַכט אַ קבלת־פּנים פֿאַר מיכל באַראַן, אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ וואָס איז לאַנגע יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון „קעמפּ המשך.‟ נאָך דעם וואָס מע האָט געזונגען בציבור אַ ריי בונדיסטישע לידער און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער פֿאָלקס־לידער פֿון די 1960ער יאָרן, האָט מען צוגעטיילט באַראַנען אַ טאָוול אויף ייִדיש און ענגליש, באַדאַנקענדיק אים פֿאַר זײַן שווערער אַרבעט און איבערגעגעבנקייט.

מיכל באַראָן אויפֿן קבלת־פּנים
Rachel Field
מיכל באַראָן אויפֿן קבלת־פּנים

אין זײַן רעדע האָט באַראַן געזאָגט, אַז כאָטש ער פֿאַרשטייט, אַז ער האָט אַ סך בײַגעטראָגן צו די לעבנס־דערפֿאַרונגען פֿון די קעמפּערס, איז עס אים געווען אפֿשר נאָך וויכטיקער צו פֿאַרברענגען מיט זיי. ווי אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט געזען די סאַמע ערגסטע פֿון דעם וואָס מענטשן קענען טאָן איז עס אים געווען אַ מוז צו קענען אַרבעטן מיט ייִדישע קינדער און זען דערבײַ אַן אַנדער פּנים פֿון דער מענטשהייט.

פֿאַרשידענע רעדנער האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד מיכל באַראַנען און אים באַשריבן ווי אַ בריק צווישן דער וועלט פֿון זייערע אייראָפּעיִשע עלטערן און זייער אַמעריקאַנער קינדהייט. מע האָט אויך דערציילט פֿאַרשידענע אַנעקדאָטן וועגן זײַנע אויפֿטוען ווי דער קעמפּ־דירעקטאָר. אין איין דערשטוינענדיקן אינצידענט האָט באַראַן אין מיטן פֿון דער נאַכט זיך דערוווּסט, אַז אַ קעמפּער קען קוים אָטעמען. זעענדיק ווי דאָס קינד געפֿינט זיך אין זייער אַ שלעכטן מצבֿ, איז ער, צוזאַמען מיט צוויי פֿון די אויפֿפּאַסער, געפֿאָרן בליצשנעל צום שפּיטאָל.

ד׳׳ר משה רוס, וואָס איז געווען איינער פֿון יענע אויפֿפּאַסער, האָט דערציילט מיט באַוווּנדערונג אין די אויגן, ווי באַראַן האָט געפֿירט דעם אויטאָ מער ווי הונדערט מײַל אַ שעה אויף די שמאָלינקע דאָרפֿישע וועגן. ווען זיי זענען אָנגעקומען אין שפּיטאָל האָט די דאָקטאָרשע לכתּחילה געמיינט, אַז עס איז בלויז געווען אַ בויכווייטיק. צום גליק האָט באַראָן געוווּסט וואָס עס טוט זיך: ווי אַ קינד האָט ער אַליין געליטן פֿון קרופּ און ער האָט געוווּסט, אַז מע דאַרף גלײַך מאַכן אַ פּראָצעדור אויפֿן קינד אים צו העלפֿן בעסער אָטעמען. די דאָקטוירים האָבן שפּעטער איבערגעגעבן באַראַנען, אַז ווען זיי וואָלטן אָנגעקומען אַפֿילו מיט 10 מינוט שפּעטער אין שפּיטאָל וואָלט דאָס קינד געהאַט געשטאָרבן.

ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן האָט מען ניט בלויז גערעדט פֿון אַזעלכע שווערע מאָמענטן. באַראַן, ניט געקוקט אויף זײַנע 96 יאָר, איז נאָך אַלץ זייער פֿלינק אויף די פֿיס, און האָט מיטגעטאַנצט מיטן עולם און אַפֿילו געמאַכט אַ שטיקל קאַזאַצקע.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.