„האָב ליב דײַן שכן‟, די וויכטיקסטע מיצווה אין דער פּרשה

Loving Your Neighbor — the Hardest Law in This Week's Parsha

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 25, 2018.

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי אַהרן הכּהנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט „דאָס פֿרעמדע פֿײַער‟ אינעם מישכּן און זענען צוליב דעם פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער.

אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מאָל אַ יאָר, יום־כּיפּור, מעג מען אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען אַהין דעם קטורת, און בלויז איין מענטש מעג עס טאָן – דער כּהן־גדול.


אַפֿילו אין די לענגערע יאָרן, ווען אַלע אָדער כּמעט אַלע פּרשיות ווערן געלייענט באַזונדערס, בלײַבט אונדזער סדרה, „אַחרי־קדושים‟, פֿאָרט אַ טאָפּלטע. לאָמיר זיך קודם דערמאָנען, ווי אַזוי דער ייִדישער לוח פֿוניקציאָנירט בכלל. 

דער דינאָווער רבי, איינער פֿון די קלאַסישע חסידישע דענקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר „בני ישׂשׂכר‟, אַז נישט צופֿעליק געפֿינט זיך שבת צווישן פֿרײַטיק און זונטיק – די וויכטיקסטע טעג פֿון דער וואָך אינעם מוסולמענישן און קריסטלעכן קאַלענדאַר. אין פֿאַרגלײַך מיט דער „פֿרײַטיקדיקער‟ מוסולמענישער רעליגיע, באַגרינדעט אויף דער מידת־החסד, און דער אַסקעטישער קריסטלעכער רעליגיע, באַגרינדעט אויף דער מידת־הדין, שטייט אונדזער שבת אין צווישן און רעפּרעזענטירט די מידת־התּפֿארת, דעם באַלאַנס צווישן די דאָזיקע צוויי מידות.

די חז״ל באַטאָנען, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אומות־העולם רעכענען מיר די חדשים לויט דער לבֿנה. אין דער אמתן, איז עס נישט אַזוי פּשוט. די מוסולמענער האָבן טאַקע אַ שטרענג־לבֿנהדיקן קאַלענדאַר, און די קריסטן האָבן געבאָרגט אַ טייל קאַלענדאַרישע חשבונות פֿון אונדזער טראַדיציע. די מעלה פֿונעם ייִדישן לוח באַשטייט אינעם קאָמבינירן די לבֿנה־חדשים און די זון־סעזאָנען אויף זייער אַ סיסטעמאַטישן אָרגאַנישן אופֿן.

ווי אַ רעזולטאַט, באַקומט זיך למעשׂה, אַז אינעם ייִדישן יאָר קאָנען זײַן פֿון 353 ביז 385 טעג. דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „שנה‟ (אַ יאָר), װאָס קומט אויס בגמטריא װי 354, שמימט מערקווירדיק מיטן געוויינטלעכן קירצערן לבֿנה־יאָר, וואָס דויערט טאַקע 354 טעג, מיט בערך נאָך אַ דריטל טאָג.   אונדזער לוח־אַריטמעטיק איז גאַנץ קאָמפּליצירט אָבער דער עיקר־מיטל, וואָס דערמעגלעכט צו קאָמבינירן די לבֿנה־חדשים מיט די זון־סעזאָנען איז דאָס צוגעבן אַ דרײַצנטן חודש, ווען ס׳איז נייטיק. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט אונדזער פּרשה אָפֿט געטאָפּלט אַפֿילו אין די לענגערע עיבור־יאָרן.

אינעם צווייטן טייל פֿון אונדזער סדרה, זאָגט אָן דער באַשעפֿער: „זײַט הייליק, ווײַל איך בין הייליק‟. ווי אַזוי קאָן מען מקיים זײַן דעם דאָזיקן אָנזאָג? אויב אַפֿילו מע איז מקיים אַלע מיצוות כּהלכה מיט כּלערליי מינהגים, חומרות, קהילה־תּקנות, בלײַבט מען נאָך אַלץ אַ זינדיקער מענטש מיטן יצר־הרע־ברען אין האַרצן. „הלוואַי צו זײַן אַ בינוני‟, זאָגן די אַלטע ליובאַוויטשער חסידים; בלויז געציילטע יחידים הרגענען אַוועק זייער יצר־הרע און ווערן עכטע צדיקים.

די וויכטיקסטע מיצווה אין אונדזער פּרשה איז „ואהבֿתּ לרעך כּמוך‟ - ליב צו האָבן אַנדערע מענטשן; אויב אַפֿילו מיר זענען זינדיקע מענטשן, איז עס דער שליסל צו דער אמתער קדושה. צו באַדויערן, ווערט די דאָזיקע עיקר־מיצווה אָפֿט פֿאַרזען. ווי דער דינאָווער רבי האָט זייער קלוג באַמערקט, געפֿינט זיך אונדזער טראַדיציע צווישן די צוויי פּאָפּולערסטע רעליגיעס אויף דער וועלט, וואָס שטאַמען פֿון ייִדישקייט: איסלאַם און קריסטנטום. די מוסולמענער שטעלן דעם טראָפּ אויף אַזעלכע גוטע פּראַקטישע ווערטן, ווי הכנסת־אורחים און רחמנות. דעם אידעאַל ליב צו האָבן אַפֿילו די שׂונאים באַטראַכטן זיי אָבער, געוויינטלעך, ווי אַן איבעריקע חומרא. להיפּוך, גלייבן די קריסטן, אַז אַפֿילו די ערגסטע שׂונאים מוז מען ליב האָבן.

דער גרויסער מקובל רבי חיים וויטאַל באַטאָנט אין זײַן ספֿר „שערי קדושה‟, אַז כּדי צו דערגרייכן ערנסטע השׂגות אין רוחניות און דעם רוח־הקודש, מוז מען טאַקע ליב האָבן אַלע מענטשן, ייִדן און נישט־ייִדן, אַרײַנגערעכנט די שׂונאים. דאָס זעלבע שרײַבן די אַנדערע קלאַסישע קבלה־געשטימטע בעלי־מוסר. אין דער זעלבער צײַט, ווי דער דינאָווער רבי באַטאָנט, פֿאָדערט די ייִדישע טראַדיציע פֿון עטיק צו בלײַבן ערגעץ צווישן דעם הוילן פּראַגמאַטיזם און דעם אומבאַגרענעצטן אידעאַליזם.

צום באַדויערן, װערט די מיצווה „ואהבֿתּ לרעך כּמוך‟ למעשׂה זעלטן באַהאַנדלט אין די שילן ווי די וויכטיקסטע און צענטראַלסטע. כּדי יוצא צו זײַן, מיינט דער עולם, איז גענוג צו געבן צדקה פֿון צײַט צו צײַט, ווי אויך צו באַציִען זיך מענטשלעך און דרך־ארצדיק צו אַנדערע. אויב עמעצער געפֿינט זיך אין זייער אַ שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ מוז מען געבן אַ נדבֿה אָדער, נאָך בעסער, אַ שטענדיקע פּרנסה.

אַוודאי איז דאָס אַ גרויסע מיצװה. גאָר זעלטן שמועסט מען אָבער, אַז די מיצווה „ואהבֿתּ לרעך כּמוך‟ פֿאָדערט מיטגעפֿיל, ברייטהאַרציקייט און אַן אָפֿענעם שׂכל. עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז אַ סך „אָפּגעפֿאָרענע‟ חסידים וואָלטן געבליבן נאָענט צו זייערע קהילות, ווען אין זייער סבֿיבֿה וואָלט מען זיי מיטן אָפֿענעם האַרץ פֿאַרשטאַנען, אַנשטאָט אַרויסצוּוואַרפֿן. אַן אַנדער פּראָבלעם איז די נעגאַטיווע באַציִונג צו די אַנדערע מענטשלעכע קולטורן. מע מעג חוזק מאַכן פֿון דער עבֿודה־זרה, ווי עס באַטאָנען די חז״ל. אין דער הײַנטיקער וועלט זענען אָבער די קלאַסישע תּנ״כישע געצנדינערײַען שוין לאַנג בטל געוואָרן. הײַנט, קאָן דער איבעריקער חוזק גורם זײַן בלויז חילול־השם און שׂינאה. זיכער מוזן מיר היטן אונדזער אייגענע טראַדיציע, און מיר מעגן קריטיקירן די טעותן און צווייפֿלהאַפֿטיקע נטיות פֿון די אַנדערע, אָבער וווינען וווינען מיר דאָך הײַנט אין אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער וועלט.

אַזוי ווי אונדזער אייגענער קאָמפּליצירטער לוח, וואָס אַנטהאַלט דעם זון־ און לבֿנה־עלעמענט, באַשטייט די הײַנטיקע סדרה פֿון צוויי טיילן, וואָס קלינגען היפּוכדיק, און פֿאָרט לאָגיש פֿאַרבונדן. נאָכן „אַחרי מות‟, דעם איבערנאַטירלעכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, האָט דער אייבערשטער געזאָגט, אַז דאָס קטורת מעג בלויז דער כּהן־גדול ברענגען, נאָר איין מאָל אַ יאָר און נאָר אינעם קודש־קדשים. ווי מיר ווייסן שוין פֿון דער טראַגישער מעשׂה מיט נדבֿ און אַביהוא, איז דער צוטריט צו דער אמתער קדושה סכּנותדיק. הײַנט איז עס בכלל אוממעגלעך, ווײַל קיין בית־המיקדש און קיין כּהן־גדול זענען נישטאָ.

אָבער אינעם אינערלעכן זין איז יעדע מענטשלעכע נשמה אַ קליינער בית־המיקדש. די תּורה זאָגט בפֿירוש, אַז נישט געקוקט אויף אונדזערע חסרונות קאָנען מיר צוקומען צו דער עכטער קדושה – ווערן קדושים – אויב מע באַציט זיך צום צווייטן מענטשן מיט אַן ערנסטער סימפּאַטיע, ווען מע שטרעבט דורך אונדזערע וואַרעמע געפֿילן און מעשׂים־טובֿים אָנצוצינדן אינעם „קודש־קדשים‟ פֿון יענעמס האַרץ דאָס „קטורת‟ פֿון מיטגעפֿיל און ליבשאַפֿט, אויב אַפֿילו יענער זעט אויס, נעבעך, ווי אַ פֿאַרפֿאַלענער און פֿאַרבלאָנדזשעטער.

אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿיזישן בית־המיקדש, קאָן די אינערלעכע עבֿודת־הקטורת נישט שאַטן. מע מוז נישט זײַן אַ כּהן־גדול, אַ רבֿ צי אַ קירובֿ־מומחה, כּדי זי צו טאָן. די מיצווה פֿון „ואהבֿתּ לרעך כּמוך‟ קאָן מען אַלעמאָל מקיים זײַן נישט דווקא מחוץ די גרענעצן פֿון אָפֿיציעלע קהילה־טעטיקייטן. פֿאַרקערט, כּדי נישט איבערצוחזרן נדבֿ און אַבֿיהואס טראַגישן טעות, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז איידער מע פֿאַרנעמט זיך מיט הויכע עבֿודות, וואָס קאָנען „אָפּבריִען‟ די נישט־צוגעגרייטע נשמה, מוז מען קודם־כּל זיך אויסצולערנען פּשוט ליב צו האָבן אַנדערע מענטשן,  אָנצוצינדן אַ קטורת־פֿײַערל אין זייערע נשמות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.