קענען אײַערע קינדער און אייניקלעך זייער משפּחה־געשיכטע?

Do Your Kids and Grandkids Know Their Family History?

Forward Montage

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 26, 2018.

אינעם זומער פֿון 2001 האָבן צוויי פּסיכאָלאָגן אין עמאָרי־אוניווערסיטעט דורכגעפֿירט זייער אַן אינטערעסאַנטע שטודיע, אין וועלכער זיי האָבן געזוכט דעם „סוד‟, ווי אַזוי דערציט מען קינדער אַז זיי זאָלן קענען גובֿר זײַן די גרעסטע שוועריקייטן פֿונעם לעבן און זיך קענען ווידער שטעלן אויף די פֿיס. ווי מע זאָגט בלע״ז: resilient.

די פּסיכאָלאָגן, מאַרשאַל דוק און ראָבין פֿײַוויש, האָבן געהאַט אַ חשד אַז קינדער וואָס האָבן אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט די פֿריִערדיקע דורות זענען אפֿשר פּסיכאָלאָגיש געזינטער. האָבן זיי אויסגעפֿרעגט בערך 80 משפּחות — סײַ די עלטערן סײַ די קינדער — צו זען וויפֿל זיי ווייסן וועגן זייער משפּחה־געשיכטע. צווישן די פֿראַגעס: צי ווייסטו וווּ באָבע־זיידע זענען דערצויגן געוואָרן? צי ווייסטו דעם מקור פֿון דײַן נאָמען? ווייסטו וועגן אַן ערנסטער קראַנקייט אָדער אַן אַנדער שרעקלעכער זאַך וואָס איז געשען אין דער משפּחה?

זיי האָבן אויך רעקאָרדירט די אומפֿאָרמעלע שמועסן וואָס די משפּחות האָבן געפֿירט בײַם וועטשערע־טיש — אַ פּנים, צו זען ווי אָפֿט דערמאָנט מען די פּרטים פֿון זייער משפּחה־געשיכטע. צום סוף האָבן די פֿאָרשער געמאַכט אַ ריי פּסיכאָלאָגישע טעסטן פֿון די קינדער.

דער רעזולטאַט? וואָס מער אַ קינד האָט געוווּסט וועגן די פֿריִערדיקע דורות פֿון זײַן משפּחה, אַלץ שטאַרקער איז געווען זײַן אָדער איר צוטרוי צו זיך אַליין און אַלץ גליקלעכער איז דאָס קינד געווען בכלל.

בײַ אונדז, ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, איז אַזאַ געפֿינס אַ מחיה צו הערן! מיט אַנדערע ווערטער, דורכן דערציילן אונדזערע קינדער און אייניקלעך וועגן די פֿריִערדיקע ייִדיש־רעדנדיקע דורות, נישט נאָר לערנען מיר זיי פֿון וואַנען זיי קומען, נאָר מיר אַנטוויקלען בײַ זיי אַ מער פּאָזיטיוון צוגאַנג צום לעבן. די משפּחה־געשיכטעס ווײַזן זיי, אַ פּנים, אַז זיי זענען נישט אַליין אין דער וועלט, נאָר זענען טייל פֿון אַ גרעסערער משפּחה (און נאָך מער — פֿון אַ פֿאָלק), און דאָס דינט זיי ווי אַ פּסיכאָלאָגישן אַנקער צו קענען בײַקומען די נסיונות פֿון לעבן.

טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר דאָ אינעם „פֿאָרווערטס‟ באַשלאָסן, מיט עטלעכע חדשים צוריק, זיך צו ווענדן צו אײַך, אונדזערע לייענער, איר זאָלט אונדז דערציילן וועגן אַ ירושה־זאַך בײַ אײַך אין שטוב וואָס איז אײַך נאָענט און טײַער. אונדזער ציל איז געווען — ערשטנס, זיך צו דערוויסן די שיינע מעשׂיות פֿון אײַער משפּחה, און צווייטנס, צו מוטיקן אײַך אַלעמען צו ווײַזן און דערציילן וועגן די ירושה־זאַכן אויך דעם ייִנגערן דור — צי דאָס זענען אײַערע קינדער, אייניקלעך, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, אָדער די קינדער פֿון אײַערע גוטע־פֿרײַנד.

במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן וועט יעדן טאָג אויף דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט שטיין אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און אַ באַשרײַבונג פֿון אַ באַליבטער ירושה־זאַך בײַ איינעם פֿון אונדזערע לייענער. מיר האָפֿן אַז איר וועט דערפֿון הנאה האָבן.

איך האַלט טאַקע אַז דאָס איבערגעבן דעם ייִנגערן דור די ייִדישע משפּחה־געשיכטעס און פֿאָלקלאָר דאַרף זײַן אַ הויפּטציל פֿון יעדן ייִד. פֿון צײַט צו צײַט, ווען איך פֿרעג ייִדיש־קענער צי זיי ניצן אַ מאָל ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן ווען זיי רעדן מיטן ייִנגערן דור, אָדער זינגען ייִדישע לידער מיט זיי אָדער גרייטן צו ייִדישע מאכלים מיט זיי, ענטפֿערן מיר אַ טייל אַז יאָ, אָבער אַנדערע פֿאַרענטפֿערן זיך, זאָגנדיק: „הלוואַי… צום באַדויערן, אינטערעסירט עס זיי נישט…‟

לאָמיך אײַך אויסזאָגן אַ סוד. קינדער, בפֿרט דערוואַקסלינגען, זעען אפֿשר אויס גלײַכגילטיק אַז מע טיילט זיך מיט זיי וועגן עפּעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, אָדער וועלן אַפֿילו זאָגן, אַז ס׳איז „באָרינג‟ (עס נודיעט זיי) אָבער שפּעטער וועלן זיי זײַן צופֿרידן וואָס איר האָט עס געטאָן. ווען איך בין געווען 13־14 יאָר אַלט, האָט דער טאַטע, בײַם וועטשערע־טיש, שטאַרק געוואָלט אַז די באָבע — זײַן מאַמע — זאָל אונדז דערציילן וועגן אירע קינדער־יאָרן אין דער בוקאָווינע. די באָבע האָט אָבער גלײַך דערזען אַז מיר ווילן עס נישט הערן, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו דערציילן. „נייט זיי נישט,‟ האָט זי אים געבעטן, און אַזוי איז עס געבליבן.

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז די באָבע ניפֿטר געוואָרן און ס׳האָט מיר שטאַרק באַנג געטאָן וואָס איך האָב נישט פֿאַרבראַכט מער צײַט מיט איר, און בפֿרט וואָס איך האָב זיך נישט געלערנט בײַ איר קאָכן די היימישע מאכלים וואָס איך האָב אַזוי ליב געהאַט. איך האַלט אַז מע האָט מיך דווקא יאָ געמעגט „נייטן‟ צו פֿאַרברענגען מיט דער באָבען ווײַל איך האָב דעמאָלט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איז וויכטיק, און וואָס — נישט.

טאַקע דערפֿאַר איז דאָס דערציילן וועגן ירושה־זאַכן אַ גאָלדענער אײַנפֿאַל. אַז מע גיט אַ קינד אָדער אַ יוגנטלעכן אַ זאַך וואָס האָט אַ מאָל געהערט צום זיידן אָדער צו אַן עלטער־מומע — אַ קאָנקרעטע זאַך וואָס ער אָדער זי קען אָנטאַפּן און איבערקוקן — רופֿט עס נאַטירלעך אַרויס שאלות בײַם קינד.

איך קלער איצט טאַקע: ווי וואָלט יענע סצענע מיט מײַן טאַטן און באָבען זיך געקענט ענדיקן אַנדערש? ערשטנס, האָט עס נישט געדאַרפֿט קומען פֿונעם טאַטן, נאָר פֿון איר אַליין — און נאָך בעסער ווען ער איז אַפֿילו נישט אין צימער. צווייטנס, ווען די באָבע וואָלט אונדז געוויזן אַ קאָנקרעטע זאַך פֿון איר יוגנט: אַ ביכל וואָס דער זיידע האָט איר געגעבן מיט 40 יאָר פֿריִער, אָדער אַ פּאָר מעשענע לײַכטער, צי אפֿשר אַפֿילו אַ בריוו פֿון אַ פֿאַרערער אין די מיידלשע יאָרן, וואָלט עס דווקא יאָ געצויגן מײַן אינטערעס.

הכּלל, ווען איר האָט אַ געלעגנהייט, קוקט דורך אײַערע אַלטע זאַכן אין דער שאַפֿע, צי אין שופֿלאָד און זעט וואָס פֿאַר אַ חפֿצים איר געפֿינט דאָרט וואָס דערמאָנען אײַך אין שיינע, טרויעריקע אָדער קאָמישע איבערלעבונגען מיט אײַערע טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע אָדער אַנדערע קרובֿים.

און נאָך וויכטיקער: פֿאַרבעט די קינדער אָדער אייניקלעך אויף אַ גלעזל טיי אָדער אַ טעפּל קאַקאַאָ און ווײַזט זיי אויך די אוצרות פֿון אײַער יוגנט. זיי וועלן שוין אַליין שטעלן פֿראַגעס.